Skip to content
יחידתי - אידיש

בקצרה ובפשטות מושגים פון יום טוב, אראפגעברענגט אין פשוט'ע ווערטער

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

די מהות פון סוכות

מ'הייבט אן באלעבן דעם קשר

די פשוט'ע משל וואס ווערט אנגעגעבן אויף די כללות'דיגע ענין פון יום טוב סוכות, איז ווי א מענטש וואס זוכט א חבר, ער אינוועסטירט אסאך כוחותצוזאמצוברענגען דעם קשר, ער שיקט 'שדכנים' אויף דא און דארט, ביז צום ענדע ווערט געשאפן א קשר. וואס טוט ער דעמאלטס? ער הייבט אן לעבן דערמיט, ער שפאצירט מיט זיין חבר, עסט און טרינקט מיט אים, ער פארט צוזאמען מיט אים אויף מקומות הקדושים פאר דריי טעג, ער האט כסדר הנאה צו רעדן און ארויסצוברענגען ווי גוט און שיין זיין וואונדערליכער חבר איז, און אזוי ווייטער. ער טוט פשוט און ווירקליך 'באלעבן' דעם קשר, אויף וואס ער האט אזוי שטארק אויסגעקוקט.

און דאס איז דער ענין פון 'סוכות'. דורכאויס גאנץ אלול, ראש השנה און יום הכיפורים זענען מיר געווען פארנומען אויפצובויען דעם קשר, מיר האבן געבעטן "מלוך על כל העולם בכבודך", מיר האבן זיך איבערגעגעבן און זיך מתוודה געווען, ביז דער אויבערשטער האט זיך באוויליגט אונז צו באלעבן אויף נאך א יאר פון קשר, אזוי אז וואס ס'איז אונז יעצט פארבליבן צו טון איז פשוט אנצוהייבן 'לעבן' דערמיט.

דאס איז די פנימיות פון אלע מצוות פון חג הסוכות, די ארבעת המינים, די סוכה, מצות שמחה און הלל; דער אויבערשטער איז דאך נישט קיין גוף און 'לית מחשבה תפיסא ביה', אויב אזוי, וויאזוי קענען מיר זיך פרייען מיט אים? וויאזוי קענען מיר ארומשפאצירן און עסן און טרינקען מיט אים? אויף דעם האט ער אונז געגעבן די מצוות, וואס זענען אן 'אור אלקי פון איברין דמלכא', ווי כביכול ער איז מלביש מציאותו ית' צו אונז, דא אין דעם עולם הגשמי, און אזוי ארום זאגן מיר הלל און מיר טאנצן מיט די ד' מינים; אזוי ארום גייען מיר ארויס און באזעצן זיך אין די סוכה 'בצילו יתברך', בשעת די גאנצע ענין הפנימי דערין איז צו באלעבן דעם קשר.

ס'איז דא א באקאנטע משל פון הייליגן 'חפץ חיים', אויף א מענטש וואס האט מתפלל געווען ביי 'אהבה רבה' אבער למעשה זעצט ער זיך נישט נאכדעם לערנען - וואס דאס איז פונקט ווי א מענטש וואס בעט זיך ביי א גביר זאל אים געבן א נדבה, און ענדע ווען דער גביר וויל אים געבן קומט ער עס נישט אפנעמען... די זעלבע איז א מענטש וואס האט אריינגעלייגט זיינע אלע כוחות אין די פילע עבודות פון תשרי, און ענדליך ווען ס'קומט דעם יום טוב סוכות טוט ער נישט אין די שמחה. ער אינוועסטירט אויפצובויען א קשר, אבער למעשה ווען ס'קומט צו ווירקליך באלעבן דעם קשר - איז ער נישטא צו געפינען...

מצות סוכה

ארומגענומען פון אלע זייטן

די ערשטע מצוה וואס איז געווידמעט צו באלעבן דעם קשר - איז די מצוה פון 'סוכה'. דער הייליגער בעל ה'תניא' שרייבט אויף די הלכה, אז די צורת הסוכה טאר נישט זיין ווייניגער ווי "שניים כהלכתן ושלישית אפילו טפח", אז דאס איז די צורה פון א 'חיבוק', וויבאלד די גאנצע ענין פון 'סוכה' איז א חיבוק, ווי דער אויבערשטער טוט אונז כביכול ארומהאלזן, אזויווי דער לשון הפסוק "וימינו תחבקני".

דער אויבערשטער רופט אונז אריינצוקומען אין זיין הייליגע סוכה, וואס איז כל-כולה שמות הקדושים, אזויווי ס'ווערט געברענגט אין כתבי אריז"ל און ספרים הקדושים איבער די אן א שיעור שמות וואס ס'איז דא אין א סוכה, און מיר זענען מצווה זיך אריינצוזעצן צווישן די שמות הקדושים, עסן און טרינקען און שלאפן און שפאצירן, און טון אונזערע אלע גשמיות'דיגע געברויכן צווישן אירע ווענט.

וואס ברענגט דאס ארויס? אז די 'חיבוק העליון' נעמט ארום אונזער גאנצע מציאות, אן ארויסלאזן אפילו די קלענסטע ווינקל. געווענליך שפירט א מענטש, אז דער אויבערשטער געפונט זיך מער מיט אים בשעת ער לערנט אדער דאוונט, ווי ווען ער עסט, שפאצירט אדער שלאפט.

אבער א איד ווייסט דעם אמת, אז ס'איז נישטא קיין שום פרט, אפילו אין אלע גשמיות'דיגע פרטים פון זיין לעבן, וואס דער אויבערשטער געפונט זיך נישט דארט; זיין עסן איז א געטליכע זאך, וואו ער דארף מעלה זיין ניצוצות הקדושים דורכ'ן מאכן א ברכה בכוונה; זיין שלאפן איז א געהויבענע 'ענין אלוקי' פון 'בידך אפקיד רוחי', ווען ער געבט איבער זיין נשמה פארן אויבערשטן וואס וואשט עס אויס, און אזוי ווייטער ביי אלע אנדערע פרטים גשמיים, ואס ס'איז נישטא קיין סעקונדע וואס דער אויבערשטער איז נישט מיט אים.

און אט די אמונה שעפן מיר זיך אן דורך דעם 'חיבוק' פון זיצן אין סוכה פאר זיבן טעג, ווען דער אויבערשטער האלזט ארום דעם איד פון אלע זייטן, פון קאפ ביז פיס, וואס אט די חיבוק לאזט איבער א רושם דקדושה אויף די נשמה פארן גאנצן יאר.

ושמחת בחגך

שמחה ברענגט ארויס דעם מענטש

די מצוה פון 'שמחה' - אויף וואס ס'ווערט געלייגט א ספעציעלע דגוש דווקא אום סוכות ברענגט ארויס אז דער עיקר ענין פון סוכות איז געוויס, צו למעשה'דיג באלעבן דעם קשר וואס מיר האבן אויפגעבויעט במשך ראש השנה און יום כיפור.

ווייל דאס איז אייגנטליך די גאנצע מושג פון 'שמחה': 'גילוי הנפש'. ווען א מענטש איז בשמחה, טוט זיך זיין 'נפש' צעעפענען און ס'טוט זיך אויסדריקן, דאקעגן ווען א מענטש איז טרויעריג, ווערט זיין נפש איינגעשרומפן און פארקוועטשט. דאס איז די עומק וואס דער הייליגער רבי חיים וויטאל שרייבט אויף זיין רבי'ן, דער אר"י הק', אז אלע השגות צו וואס ער האט זוכה געווען איז נאר געווען מכח 'שמחה של מצוה'. ס'איז נישט אז שמחה של מצוה איז עפעס אן ענין סגולי, וואס קען ברענגען השגות. נאר די מהות פון 'שמחה' איז גילוי, און ווען א מענטש פריידט זיך מיט א מצוה - איז ער מגלה דעם אור המצוה אין זיין נשמה, און וואס מער זיין שמחה - אלץ גרעסער איז זיך די אור מתגלה.

די זעלבע איז ווען א איד פריידט זיך יום טוב סוכות מיט די קשר, וואס ער האט אויסגע'פועל'ט במשך ראש השנה און יום כיפור, טוט ער מגלה זיין בפועל די עומק הקשר און ווי שטארק דער אויבערשטער האט מקבל געווען זיינע תפילות; יעצט איז ער נישט משתוקק צו 'מלוך על כל העולם כולו בכבודך', נאר ער פריידט זיך און טאנצט 'המלוכה והממשלה לחי עולמים', 'אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים', 'אמת אתה הוא ראשון ואתה הוא אחרון'.

דערפאר גרייט מען צו א סעודה מיט פלייש און וויין, אויף אט די אמונה צו וואס מ'האט זוכה געווען. ס'דרייען זיך ארום ביליאנען גויים וואס זענען אינגאנצן אפגעריסן פונעם אמת, און דער אויבערשטער האט זיי ניטאמאל געשאנקען א בליק - נאר אין אונז, "בנו בחר ה'", און פאר אונזער'ס וועגן און פאר אונזער קשר טוט ער יעצט מחיה זיין די גאנצע בריאה אויף נאך א יאר.

More in this printout

View the whole printout