גערופן האט מען אים: "דער סוליטניצער עילוי". דער יונגער יאסעלע איז נאך קוים פופצן יאר אלט, אבער זיין נאמען שם'ט אין אלע שטעטלעך און געגענטער פון נאנט און ווייט. די סוליטניצער איינוואוינער שפירן זיך גאר שטאלץ, וואוסנדיג אז אט דער הערליכער אתרוג איז ארויסגעוואקסן פון זייער גארטן. אין אלע שטיבלעך און ישיבות איבער גאנץ אייראפע הערט מען נישט אויף צו רעדן פון יאסעלע עילוי'ס געוואלדיגע טאלאנטן וועלכע שטייגן איבער אלערליי מענטשליכע באגריפן. ווען אימער יאסעלע'ס איידעלע געשטאלט באווייזט זיך איבער די גאסן פון שטאט דורכשפרייזנדיג בזריזות צום שטאטישן בית המדרש - שטעלט זיך אלעס אפ! אפילו די קליינע קינדער וועלכע שפילן ביים עק גאס, לייגן אלעס אראפ און קוקן מיט גרויס יראת הכבוד אויפן גרויסן עילוי, צו וועמען יעדער שפירט א געוואלדיגן רעספעקט און שעצונג.
אויסער איין מענטש. יאסעלע'ס פאטער, דער בארימטער גאון און רב פון סוליטניץ, איז נישט אינגאנצן מסכים צו דער הנחה וואס די וועלט האט אראפגעלייגט אויף זיין זון. כאטש וואס אודאי קוועלט זיין הארץ פאר נחת זעענדיג יאסעלע'ס געוואלדיגע טאלאנטן און אויסערגעוויינליכע התמדה, אבער ער איז נישט גרייט אז זיין זון זאל זיך לאזן פארנאַרן פון איבערגעטריבענע קאמפלימענטן - וועלכע וועלן אים חלילה ברענגען נאכצולאזן פון זיין התעלות און דביקות אינעם ריכטיגן וועג.
איין טאג איז זיין טאטע מחליט אים צו פארהערן מיט א שטרענגע און שווערע בחינה, כדי אז ער דער טאטע, און אויך זיין זון דער עילוי אליינס, זאלן זיך איבערצייגן און זען צי ער איז אמת'דיג איבערגעגעבן פאר 'לימוד התורה' מיט זיין גאנצע הארץ, אדער באגענגוגנט ער זיך בלויז מיט די קאמפלימענטן וועלכע ווערן געגאסן אויף אים אָן אויפהער. די גאנצע תקופה בעפאר די בחינה איז דער עילוי שרעקליך אנגעצויגן, ער איז ערנסט באזארגט צי ער וועט עס טאקע קענען דורכמאכן מיט הצלחה. כאטש וואס יאסעלע טראכט נישט פאר קיין איין רגע, אז די בחינה איז געצילט אים סתם צו פייניגן, און ער וויל אים פארהערן בלויז מיטן איינעם ציל, אים אויסצוארבעטן און אים דערהייבן נאך העכער - אבער דאך, א מענטש איז א מענטש, און דער גרויסער עילוי איז שטארק אנגעצויגן. און יעצט אויף דער מינוט קען ער נישט שפירן און אנטאפן די ליבשאפט וואס ליגט באהאלטן פון זיין טאטע, און זיך פרייען מיט די נאנטקייט אין דעם מצב פון זיך גרייטן צום שווערן פארהער.
דער טאג פונעם פארהער איז ענדליך אנגעקומען. צוויי טעג נאכאנאנד זענען דער טאטע און זון געזעסן איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב, דער רב האט פארהערט זיין זון יעדע איינציגסטע סוגיא און מקצוע, ער האט נישט נאכגעלאזט אפילו אויף איין שיטת הראשונים אדער אויף איין סעיף קטן פון א טורי זהב. ער האט אים אויסגעפרעגט און אויסגעפארשט נאך און נאך, ביז ער האט ענדליך געפילט אז זיין זון האט זיך טאקע אמת'דיג גוט אוועקגעשטעלט אין לערנען, סיי אין התמדה, סיי אין הבנה, סיי אין חזרה, און אזוי אין יעדע נקודה פון תורה און עבודה - שטייט ער אויף געזונטע יסודות.
אויפאמאל האט זיך דער טיר פון ספרים שטוב ברייט אויפגעעפנט, און דער עילוי דערזעט אין אנדערן צימער א טיש אנגעגרייט יום טוב'דיג. מען האט זיך געזעצט צו א ריזיגע סעודה מיט די טייערסטע מאכלים און געטראנקען, די שבת'דיגע לייכטערס זענען אנגעגרייט מיט אנגעצונדענע ליכט, אלע משפחה מיטגלידער זענען אנגעטון מיט זייערע שבת'דיגע בגדים, און אפילו זיין טאטע דער רב האט זיך אנגעטון דעם שטריימל, דער גאנצער אטמאספער איז דערהויבן און פרייליך. אינמיטן די סעודה האט זיך דער טאטע אויפגעשטעלט און זאגנדיג דעם פסוק: "בני אם חכם לבך ישמח לבי גם אני" - האט ער ארומגעהאלזט זיין זון מיט א געוואלדיגע ליבשאפט, און ער האט אים אויסגערימט און באזינגען מיט גאר גרויסע קאמפלימענטן און שבחים. און זיך פרייען מיט די נאנטקייט און אהבה וואס דער אויבערשטער האט צו אונז.
דער ייושר דברי אמת' (סימן נ"ז) איז מסביר, אז די 'שמחה' פון יום טוב סוכות איז דירעקט פארבונדן מיט די ייראה' פון די ימי הדין. דער חודש תשרי הייבט זיך אָן מיט אן עבודה פון יראה און פחד, ווען דער הייליגער באשעפער וויל אונז דערווייטערן פון 'זיך נאַרן' און אונז מקרב זיין צו אים. און כאטש וואס עכט וואלט אזא מהלך אונז געדארפט מאכן פרייליך און גוטמוטיג, וויבאלד דער גאנצער ציל דערפון איז דאך בלויז כדי אונז נענטער צו ברענגען צום אויבערשטן - דאך הערשט אבער אן אטמאספער פון אנגעצוינקייט און ערנסטקייט, וועלכע לאזט נישט די שמחה זיך אנטאפן און ארויסווייזן געהעריג.
אבער נאכדעם וואס מיר גייען דורך דעם דאזיגן פארהער, און די ייראה' האט טאקע אויפגעטון אירס - אונז צו געבן א וועק אויף און אונז צוריקשלעפן צום אויבערשטן, דעמאלט קומען מיר אָן צום עיקר ציל: עכטע און טאפעדיגע אהבה! ריינע נאנטקייט צווישן אונז און דעם אויבערשטן! און אט פון דער 'יראה' קומט שפעטער די געוואלדיגע שמחה פון יום טוב סוכות. יעצט איז שוין די צייט ארויסצוגיין אין די סוכה, אנצוגרייטן א קעניגליכע סעודה, און טאנצן מיט אן אומבאגרעניצטע אהבה און שמחה.
און אט מיט דעם לשון שרייבט דער יושר דברי אמת:
"אַשְׁרֵינוּ מַה טוֹב חֶלְקֵנוּ שֶׁהַשֵׁם יִתְבָּרַךְ בָּחַר בָּנוּ וְהִפְלִיא עֵצָה לָנוּ עַל כָּל דָּבָר וְדָבָר בְּעִתּוֹ, כִּי אַחַר עֲבוֹר יָמִים הָאֵלוּ מַתְחִיל חַג הַפָּסַכּוֹת, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רז"ל, "שְׂמֹאלוֹ תַּחַת לְרֹאשִׁי' - מֵרֹאשׁ הַשָּׁנָה עַד יוֹם הַכִּפּוּרִים, וּמִיּוֹם הַכִּפּוּרִים עַד הַסְכּוֹת הוּא וִימִינוֹ תְּחַבְּקֵנִי', וּכמוֹ שֶׁכָּתוּב בְּכַוּנַת הָאֲרִיזַ"ל.
"וְעִנְיָן הַדָּבָר כִּי אַחַר שֶׁנִּמְתְּקוּ הַדִּינִים לְמַעְלָה מִנַּפְשׁוֹתֵינוּ, וְהַדִּינִים נִקְרָאִים שְׁמֹאל, אַחַר כָּךְ מִתְגַּלֶּה לָנוּ שִׂמְחַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ. שֶׁשֹׁרָשׁ הַשִׂמְחָה הוּא מַתְחֶלֶת בְּטָהֲרָת הַנָּפֶשׁ לִפְנֵי הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ בִּתְשׁוּבָה, אֲבָל אָז בְּעֵת הַתְּשׁוּבָה הַדָּבָר בְּהֶעְלֵם מֵחֲמַת שְׁבִירַת הַלֵּב, אֲבָל אַחַר כָּךְ מִתְגַּלֶּה הַתַּעֲנוּג וְהַשִׂמְחָה, וְזֶהוּ יְחַג הַסָּכּוֹת - זְמַן שִׂמְחָתֵנוּ'.
"וְכִמְשַׁל הָאָב וְהָאֵם שֶׁרוֹצִים לְיַבֵּר בְּנֵיהֶם לְהַרְחִיקוֹ מִדֶּרֶךְ הַשֶׁקֶר שֶׁהָלַךְ בָּהּ, וּמַגְבִּיהּ הָרְצוּעָה וְהַשֵׁבֶט עָלָיו, וְהוּא מְפַחֵד וּבוֹכֶה, וְנוֹפֵל תַּחַת כַּנְפֵי אָבִיו וְאִמּוֹ וּמְבַקֵּשׁ מֵהֶם סְלִיחָה וּמְחִילָה, וּמְחַבְּקָם וּמְנַשְׁכֶם, וְהֵם אַף עַל פִּי כֵן מַחֲזִיקִים הַשֵׁבֶט עַד שֶׁמְבִינִים שֶׁחוֹזֵר וּבוֹכֶה בְּלֵב וְנֶפֶשׁ מַר מְאֹד, אֲזַי זוֹרְקִים אֶת הַשֶׁבֶט וּמְקַבְּלִים אוֹתוֹ וּמְשִׁימִים אוֹתוֹ בְּצֵל כַּנְפֵיהֶם, וְזֶה עִנְיַן יִשְׂמֹאל דּוֹחֶה וְיָמִין מְקָרֶבֶת' הַנֶּאֱמָר בְּתִינוֹק.
וואס דער טאטע נעמט ארום זיין ליב קינד. און אט דאס איז די אינערליכע באדייט פון סוכה: דער אויבערשטער האלזט ארום דעם איד, מיט א געוואלדיגע נאנטקייט, מיט א פרייליכקייט און דערהויבנקייט.
"וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן, כִּי בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה וְיוֹם הַכִּפּוּרִים נִגְבֶּה הָרְצוּעָה וְהַשֵׁבֶט שֶׁהֵם הַדִּינִים וְכוֹחוֹתָם, וְזֶהוּ וַיִּגְבַהּ ה' צְבָאוֹת בַּמִּשְׁפָּט', עַד שֶׁאָנוּ שָׁבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ בֶּאֱמֶת, לְתַחַת כְּנָפָיו שֶׁהוּא הַפָּכָה, שֶׁמִּצְוָה זוֹ הִיא קְדֶשַׁת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ בָּרוּךְ הוּא וְהַשְׁרָאָתוֹ, וְהִיא פְּרִיסַת סַכַּת שָׁלוֹם עַל נַפְשׁוֹתֵינוּ, וְיַחְבִּיאֶנּוּ צֵל יָדוֹ תַּחַת כְּנָפיו נֶחְסָה.
"וּכְבָר נֶאֱמַר זֶה בְּכִתְבֵי הָאֲרִיזַ"ל, עִנְיַן הַחִבּוּק הַמֶּרְמָּז בַּסַכָּה, כְּמוֹ אֶדָם שֶׁמְחַבֵּק אֶת בְּנוֹ בְּאַהֲבָתוֹ אוֹתוֹ וּבִזְרוֹעוֹתָיו יַקִיפֶנּוּ, וְסוֹכֵךְ עָלָיו בְּרֹאשׁוֹ, וְהַזְרוֹעַ הוּא שְׁתַּיִם כְּהִלְכָתָן, וּשְׁלִישִׁית אֲפִלּוּ טֶפַח, כִּי הֵם שְׁנֵי פְּרָקִים אֲרַכִּים, וְהַשְׁלִישִׁי הַטֶפַח הַיָּד, עַיִן שָׁם בַּכְּתָבִים, וְהַכֹּל מָשָׁל וּמְלִיצָה לְעִנְיָן הַחִבּוּק וְהִתְקָרְבוּתֵנוּ לְהַשֵׁם יִתְבָּרַךְ בְּשִׂמְחָה וְטַהֲרָת הַנֶּפֶשׁ".
דער אר"י הק' איז מסביר: די צוויי געהעריגע ווענט פון די סוכה - דאס זענען ווי די צוויי לענגערע חלקים פון דער האנט, און דער דריטער ווענטל פון א טפח - דאס איז דער האנט פלאך, וואס אט דאס איז די צורה פון א 'חיבוק' וואס דער טאטע נעמט ארום זיין ליב קינד. און אט דאס איז די אינערליכע באדייט פון סוכה: דער אויבערשטער האלזט ארום דעם איד, מיט א געוואלדיגע נאנטקייט, מיט א פרייליכקייט און דערהויבנקייט.
פון 'יראה' צו 'אהבה'
די ייראה' און 'אהבה' פון חודש תשרי זענען נישט קיין אפגעטיילטע זאכן. נישט בלויז אז זיי זענען נישט קיין סתירה איינער צום אנדערן, נאר זיי זענען גאר משלים איינער דעם אנדערן. דאס איז איין לאנגע פראצעדור, וועלכע הייבט זיך אָן מיט ייראה' און 'פחד', כדי אז דער מענטש זאל וויסן וואו ער שטייט אויף דער וועלט און זיך נישט נארן א גאנץ לעבן. ער זאל ווערן אן ערליכער איד וועלכער איז עכט נאנט צום אויבערשטן. אבער באלד דערנאך קומען מיר אָן צום צווייטן פאזע - די צייט פון זיך ארומנעמען און פון זיך פרייען מיטן אויבערשטן, דער יום טוב פון זיין דבוק צום אויבערשטן. אין די דאזיגע טעג איז אונזער גאנצע עבודה פשוט זיך מחיה צו זיין און זיך פרייען מיט די נאנטקייט און אהבה וואס דער אויבערשטער האט צו אונז.
אבער נאכדעם וואס מיר גייען דורך דעם דאזיגן פארהער, און די ייראה' האט טאקע אויפגעטון אירס - אונז צו געבן א וועק אויף און אונז צוריקשלעפן צום אויבערשטן, דעמאלט קומען מיר אָן צום עיקר ציל: עכטע און טאפעדיגע אהבה! ריינע נאנטקייט צווישן אונז און דעם אויבערשטן! און אט פון דער 'יראה' קומט שפעטער די געוואלדיגע שמחה פון יום טוב סוכות. יעצט איז שוין די צייט ארויסצוגיין אין די סוכה, אנצוגרייטן א קעניגליכע סעודה, און טאנצן מיט אן אומבאגרעניצטע אהבה און שמחה.