די תלמידים זענען געזעצן אין דער סוכה מיט אביסל פרוכט, וואס ער האט געהאט צוגעגרייט דייקא פאר אזא צייט פון נויט. ער האט שוין געהאלטן ביים ארויסנעמען אפאר פרוכט כדי זיך צו דערכאפן דאס הארץ, אבער אויפאמאל האט ער זיך דערמאנט אז היינט איז סוכות, און ער האט נישט קיין כשר'ע סוכה דא אונטערוועגנס. דער אמת איז, אז ווען חייקל וואלט געלערנט די הלכות, וואלט ער געוויסט אז ער קען רואיגערהייט עסן אינדרויסן פון סוכה לכל הדיעות; ערשטנס ווייל די פאר פרוכט גייען אריין אין גדר פון 'אכילת עראי', וואס איז פטור פון סוכה מעיקר הדין; און סיי, אלס די הלכה פון 'הולכי דרכים' וואס זענען פטור מן הסוכה. אבער חייקל איז דאך אן עם הארץ וואס האט קיינמאל גארנישט געלערנט, שוין אפגערעדט הלכות סוכה. ער ווייסט נאר איין זאך: יעצט איז סוכות, און ער וויל בשום אופן נישט עסן 'חוץ לסוכה'. ער האט אבער געזען אז ער האט נאך א שיינע פאר שעה צו פארן ווילאנג ער וועט אנקומען צו א סוכה און דארט איבערבייסן. דערווייל האט ער געשפירט אז ער קען עס מער נישט אויסהאלטן. וואס טוט מען דא?
פלוצלונג האט זיך באוויזן א שמייכל אויפן צדיק'ס הייליגע פנים. ס'איז געווען קיין געווענליכע שמייכל, אדער אפילו זיך אונטערגעלאכט, נאר א געהעריגע געלעכטער, אין א בחינה וואס ס'שטייט אויף לעתיד לבוא: "אז ימלא שחוק פינו". די תלמידים ארום דעם טיש האבן פארכאפט זייער אטעם, קוקנדיג אויפן הייליגן שמייכל מיט גרויס וואונדער. נאך אפאר מינוט איז דאס הייליג געזיכט געווארן די זעלבע ווי פריער, אבער ביי די תלמידים האט דאס אנגעצינדן א תשוקה: וואס איז פשט פון דעם שמייכל?
און אט; דא האט ער א 'סוכה'. ווי געזאגט, חייקל האט קיינמאל נישט געלערנט הלכות סוכה, אבער אין זיינע אויגן איז דאס געווען א כשר'ע, און אפשר אפילו א מהודר'דיגע סוכה לויט אלע פירושים. ער האט זיך גלייך אוועקגעזעצט און זיך דערקוויקט דאס הארץ מיט די פירות וואס ער האט מיטגעברענגט, אן בכלל וויסן וואספארא אומבאשרייבליכן נחת רוח ער האט אצינד געשאפן פאר קודשא בריך הוא און די גאנצע פמליא של מעלה.
"חייקל איז א פשוט'ער בעל עגלה. היינט צופרי, חול המועד, ווען ער איז ארויסגעפארן אויף א רייזע, האט ער געהאט געמאכט א חשבון אז ער וועט זיך שוין קענע אהיימקערן אסאך שנעלער ווי געווענליך, און ער האט דעריבער ניטאמאל עפעס אריינגענומען אין מויל פארן ארויסגיין.
למעשה האט זיך די רייזע פארצויגן היבש לענגער ווי ער האט זיך געראכנט, אזוי אז יעצט, אינמיטן וועג, האט ער אנגעהויבן שפירן אן אויסטערלישע הונגער. ס'האט אים נישט געלאזט קיין מנוחה. ער האט געהאט א קליינעם שאנק אין זיין וואגן מיט אביסל פרוכט, וואס ער האט געהאט צוגעגרייט דייקא פאר אזא צייט פון נויט. ער האט שוין געהאלטן ביים ארויסנעמען אפאר פרוכט כדי זיך צו דערכאפן דאס הארץ, אבער אויפאמאל האט ער זיך דערמאנט אז היינט איז סוכות, און ער האט נישט קיין כשר'ע סוכה דא אונטערוועגנס.
חייקל'ס תמימות און פשטות, פונקט ווי א קליין קינד וואס פרובירט נאכצומאכן נאך זיין טאטנ'ס תנועות מיט א קינדערישע חן, אן בכלל וויסן וואס ער טוט האט צוגעברענגט אזא אויסטערלישע שמחה און קורת רוח למעלה, אזש ס'איז געווען דערפון א 'געלעכטער'! אלע עולמות האבן זיך געפריידט דערמיט, און אייגנטליך האט דאס ממתיק געווען אן א שיעור שווערע גזירות וואס האבן געשוועבט אויף גאנץ כלל ישראל. "צוליב דעם האב איך געלאכט".