'ענני הכבוד' ביי אלע דורות: א הימלישע הנהגה בדרך נס
מיט דעם וואס די תורה שטעלט אוועק אז די מצוה פון סוכות איז א זכר פאר די 'ענני הכבוד', לערנט דאס אונז אויס אז די ענני הכבוד ענטהאלטן אין זיך א געוויסע לימוד, א געוויסע הוראה פאר אלע קומענדיגע דורות - אריינגערעכנט אונז - וואס די תורה וויל אז מיר זאלן אייביג געדענקען. שטעלט זיך די שאלה: וואס איז אט דער 'לימוד' וואס ליגט באהאלטן אין די ענני הכבוד?
צוערשט דארף מען פארשטיין א יסוד וואס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים, אז דער 'דור המדבר' וואס איז ארויס פון מצרים, איז געווען א יסודות'דיגע דור, א 'שורש'דיגע' דור, אין די הנהגה וויאזוי זיי זענען געווארן געפירט, איז פאר אונז א לימוד איבער די 'הנהגה הכללית' וויאזוי דער אויבערשטער גייט זיך פירן מיט כלל ישראל במשך אלע צוקונפטיגע דורות. פונקט ווי דער מושג פון 'יציאת מצרים' צייגט אז שפעטער ביי די קומענדיגע דורות, וועט זיך יעדער איד האבן זיין אייגענע 'יציאת מצרים', ווי זיין נשמה ווערט נתגלה און ער איז זוכה זיך צו הייבן העכער די באגרעניצונגען וואס זיין גוף און די גשמיות שטעלט פאר אים - אזוי אויך האט יעדער איד די מדריגה וואס פאלגט דערנאך: די הנהגה פון די 'ענני הכבוד', ווי דער אויבערשטער באגייט זיך מיט יעדן איד, אין יעדן דור. נעמליך, אז ווי נאר ער איז זוכה צו מגלה זיין זיין נשמה און ארויסגיין פון זיין אייגענע 'מצרים', וועט אים דער אויבערשטער פירן מיט ענני הכבוד.
וואס איז די ספעציעלע 'הנהגה' פון ווערן געפירט דורך 'ענני הכבוד'? דער פסוק שילדערט דעם ענין פון די ענני הכבוד אויף דעם לשון: "אשר עין בעין נראה אתה ה' ועננך עומד עליהם, ובעמוד ענן אתה הולך לפניהם יומם ובעמוד אש לילה" (במדבר יד, יד). דאס מיינט אז געפינענדיג זיך צווישן די ענני הכבוד האט גאנץ כלל ישראל זוכה געווען צו א מורא'דיגע התגלות אלוקית, ווי דער אויבערשטער אליינס האט זיך באוויזן פאר זיי אויף א פארנעם פון 'עין בעין נראה אתה ה''. אין אזא מצב פון גילוי, האט זיי דער אויבערשטער געפירט פון ווען זיי זענען ארויס פון מצרים און זענען געווארן דעם עם ה'.
אין אנדערע ווערטער, ס'איז דא די פשוט'ע ענין פון די ענני הכבוד, וואס באשטייט פון די אויסנאמליכע הנהגה פון 'ניסים' צו וואס כלל ישראל האט זוכה געווען, דורכאויס וואס דער אויבערשטער האט געפירט אן עמוד הענן פאר זיי כדי זיי אויסצוגלייכן דעם וועג, ווי אויך זיי צו באשיצן פון סיי וועלכע סכנות ס'האט זיי געקענט אנטרעפן אין מדבר, א שטייגער ווי נחשים ועקרבים און פארשידענע אנדערע שטרויכלונגען. אויך דערצו האט דער עמוד הענן געביגלט און אכט געגעבן אויף זייערע קליידער, און די ניסים וויאזוי דער אויבערשטער האט זיי צוגעשטעלט זייערע אלע געברויכן, גארנישט אנדערש ווי א טאטע טראגט זיין זון אויף זיינע פלייצעס, אזויווי דער פסוק זאגט: "אשר נשאך ה' אלקיך כאשר ישא איש את בנו" (דברים א, לא), און "ה' אלקיך עמך לא חסרת דבר" (דברים ב, ז).
אבער, אין צוגאב צו דעם וואס דער אויבערשטער האט זיי צוגעשטעלט זייערע אלע גשמיות'דיגע צרכים, 'כאשר ישא איש את בנו', איז אויך געווען א טיפע, פנימיות'דיגע קשר און גילוי אלקות. דערביי האט גאנץ כלל ישראל זוכה געווען עס צו שפירן אויף א דרגה וואס איז פון "עין בעין נראה אתה ה'". אין יעדע גשמיות'דיגע זאך וואס דער אויבערשטער האט זיי געגעבן, האבן זיי געשפירט דעם אור ה' אויף אן אויסטערליש הויכע דרגה, מיט א גילוי פון 'עין בעין'.
ס'איז אים ליבערשט צו וואוינען אין א דירת עראי ווילאנג ס'איז אונטער דעם אויבערשטנ'ס שירצל כביכול, ווי איידער לעבן אין סיי וועלכע קביעות
הייסט אז די מחלוקת איז נאר צו וואוינען אין א דירת עראי ווילאנג וואס ס'דארף ווערן די מערסטע ארויסגעברענגט: דער מאן דאמר 'סוכות ממש', האלט אז מיר דארפן מאכן א זכר וואספארא גרויסע מדריגות פון ביטול די אידן האבן ארויסגעוויזן ביים זיך אויפהאלטן אין די סוכות. דאקעגן דער מאן דאמר פון 'ענני הכבוד', האלט אז מיר דארפן מאכן א זכר פון די אתערותא דלעילא וואס איז צוריק נתעורר געווארן צו די אידן מיט די ענני הכבוד. (און מיר פסק'ענען להלכה ווי דער מאן דאמר פון 'ענני הכבוד', ווייל דער עיקר זכר גייט ארויף אויף די 'אתערותא דלעילא' וואס איז צוריק נתעורר געווארן אויף אונז, ווען דעם אויבערשטנ'ס גרויסע רחמים וחסדים האבן אונז ארומגענומען פון אלע זייטן).
קומט אויס אז די לימוד וואס דער אויבערשטער וויל מיר זאלן יעדעס יאר ארויסנעמען פון סוכות איז, אז מיר זאלן וויסן אז די דרך נס'דיגע הנהגה פון די 'ענני הכבוד' גייט ווייטער אן אין אלע דורות, ביי יעדער איד וואס גייט ארויס פון זיין אייגענע מצרים און געבט זיך איבער פאר עבודת ה'.
ווייל כאטש דער איד האט זיך ארויסגעלאזט מיט א שטארקע מסירות נפש אריין אין מדבר, וואס מיינט אן ארט וואו בדרך הטבע זעט ער נאכנישט קיין שום וועג וויאזוי ער וועט האבן א קיום, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. פונדעסטוועגן, טאקע דעמאלטס נעמט אים דער אויבערשטער בצל כנפיו און באגייט זיך מיט אים מיט די נסים'דיגע אמונה.
די שיינקייט פון תמימות
געברענגט אין גמרא (סוכה יא:) אויף דעם פסוק "כי בסוכות הושבתי", ווי רבי עקיבא האלט אז ס'איז דארט געווען "סוכות ממש עשו להם", דאקעגן רבי אליעזר האלט אז ס'איז געווען ענני הכבוד. די ספרים זענען מסביר אז באמת האבן די אידן געהאט ביידע עניינים. וויבאלד ווען די אידן האבן זיך ארויסגעלאזט צום גרויסן, מסוכנ'דיגן מדבר, האבן זיי טאקע געוואוינט אין עכטע, צייטווייליגע סוכות געמאכט פון האלץ, וואס געוויס איז דאס א זאך וואס האט נישט געהאט קיין לאגישע פשט; וואוינען אין אזא געפארפולע מדבר, אונטער אזעלכע שוואכע סוכות?! אבער פונדעסטוועגן זענען די אידן נאכגעגאנגען דעם אויבערשטן מיט א געוואלדיגע ביטול און אמונה פשוטה - און טאקע דורכדעם, דורך די אמונה פשוטה וואס זיי האבן געהאט, איז נתעורר געווארן מלמעלה אז דער אויבערשטער זאל זיי ארומנעמען מיט הימלישע ענני הכבוד.
און יום כיפור, ווייל דווקא נאך וואס א איד דערהערט ווי שטארק ער האט נישט קיין שום אייגענע מציאות אן דעם אויבערשטן, און אז זיין גאנצע לעבן איז יעדע סעקונדע אנגעוואנדן אינעם אויבערשטנ'ס הענט, דאן ווערט נתעורר א געוואלדיגע רצון ביים איד אליינס אוועקצושטיין פון סיי וועלכע 'קביעות' אויף דער וועלט. ס'איז אים ליבערשט צו וואוינען אין א דירת עראי ווילאנג ס'איז אונטער דעם אויבערשטנ'ס שירצל כביכול, ווי איידער לעבן אין סיי וועלכע קביעות ער זאל נאר האבן. דערביי גייט דער איד אריין אין די סוכה, כדי דאס אריינצונעמען אין זיך.
פארוואס שרייט מען 'הושענא'?
אט דאס איז די אור וואס אידן שפירן אום סוכות, די אפענע קשר אז דער אויבערשטער טראגט אים כביכול אויף זיינע פלייצעס, פונקט ווי א טאטע טראגט זיין אייגן קינד. דערויף ווערט געברענגט אין 'שפת אמת', אז דאס איז די סיבה פארוואס מיר זאגן הושענות אום סוכות, ווייל דורכאויס יום טוב סוכות שפירט א איד דעם פאטערליכן קשר וואס ער האט מיט זיין טאטן אין הימל, וואס אויף דעם ארויף קען ער אים שטענדיג בעטן אלעס וואס ער דארף.
דעריבער, זאגט דער איד דעמאלטס פשוט מתוך א נאטורליכע 'אינסטינקט', ווי גלייך א קינד בעט עפעס פון זיין מאמע. און די הכרה טוט אונז באלייכן, אז מיר זאלן קענען לעבן א גאנץ יאר מיט אט די ביטול און אמונה.
ה' יזכנו, מיר זאלן זוכה זיין אזוי צו לעבן.