Skip to content
יחידתי - אידיש

פנימיות ארבעה מינים

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

פנימיות ארבעה מינים

אין קורצ'ן וואס איז די נקודה מצוות ד' מינים? און וואס איז די עבודה דערפון?

שאלה:

ס'איז דא אזויפיל ענינים וואס מ'זאגט אויף די ארבעה מינים; זיי זענען מכוון אנקעגן דעם שם הוי"ה, זיי זענען מכוון צו די איברים, הולכה און הבאה, די נענועים אא"וו, האב איך פארלוירן שייכות מיט די פשוט'ע נקודה פון מצות ד' מינים און די עבודה דערפון? אפשר קען מען מיט געציילטע שורות אויסקלארן די פנימיות דערפון, ווי אויך וואספארא שייכות ס'האט מיט חג הסוכות?

תשובה:

די עבודה פון ד' מינים, איז צו נעמען אונזער קשר מיטן אויבערשטן וואס מיר האבן זוכה געווען צו באקומען פון די סוכה אויף א מקיף'דיגע אופן, און עס אריינברענגען אין זיך אריין, זיך באהעפטן דערצו. ווייל אין סוכה שטייט עס העכער אונזער השגה, און מיר זענען מחובר דערצו נאך דורך אונזער 'אמונה' דערין. ס'איז טאקע זייער א דויערהאפטיגע און טיפע קשר וואס איז העכער דעם מענטשליכן שכל, אבער דער תכלית איז אז דער קשר צום אויבערשטן זאל ווערן א טייל פון אונז, א טייל פון אונזערע השגות און א טייל פון אונזער לעבן.

מגלה דעם אור ה' - אין אונזער לעבן

די ד' מינים זענען מגלה דעם אור ה', אזויווי ס'ווערט געברענגט פארשידענע טעמים אין ספרים הק': א. זיי זענען אנטקעגן די פיר אותיות פונעם שם הוי"ה. ב. די קדמונים שמועסן אויס אז יעדן גראז האט זיך זיין שר אין הימל וואס איז ממונה אויף אים, אבער די ד' מינים ווערן אויפגעפאסט בלויז דורכ'ן אויבערשטן אליינס. ג. דער תניא איז מבאר אין סידור, אז פון די ד' מינים אליינס דערקענט זיך דעם ענין פון אחדות, ווייל אין לולב איז באהאפטן צוויי בלעטער אויף איינס, און אויפן הדס וואקסט דריי בלעטער פון איין רינג, און אן אתרוג איז 'ידָר בְּאִילָנוּ מִשָּׁנָה לְשָׁנָה', דאס הייסט אז ס'לעבט אויפן בוים אין אלע פיר סעזאנען פון יאר, און טוט דערביי פאראייניגן אלע תקופות השנה, און ערבה הייסט 'אחוונא' אויפן לשון פון 'אחדות'. ד. מיר שאקלען ז' חלקים (לולב, אתרוג, דריי הדסים און צוויי ערבות), וואס איז אנטקעגן די שבע ספירות. אזוי שטייט ווייטער נאך רמזים.

קומט ארויס פון דעם, אז די ארבעה מינים טוען אנטפלעקן אור ה' טיף אין אונזער וועלט, אין מדריגת 'צומח', אין 'עולם העשיה', און מיט זיי ברענגען מיר אריין אור ה' אויך אינערהאלב אונזערע מושגים. אין דאס וואס מיר האבן ממליך געווען דעם אויבערשטן און די קשר וואס מיר האבן באנייט אום ראש השנה און יום כיפור, און נעמט אונז ארום אום סוכות אט דאס טוען מיר ממשיך זיין אין זיך דורך די ד' מינים, ווייל די מהות פון דעם קשר, איז צו משיג זיין אחדות ה' אין אונזער שכל און לעבן מיט דעם.

וואס איז דער ענין פון נענועים?

די ענין פון די נענועים און הולכה והבאה, איז אראפצוברענגען אור ה' וואס איז העכער אונזער השגה, אריין אין אונזער השגה. ווייל מיר מאכן 'הולכה' אויף אלע פיר זייטן פון די וועלט, היות דער אויבערשטער איז 'מקומו של עולם' און דער אמת'ער שורש פון אלע נבראים צו וועמען יעדער ווערט בטל. וועגן דעם מאכן מיר 'הולכה' מיט די מינים וואס ווי געזאגט, זענען מגלה אחדות ה' - אויף יעדן ריכטונג, אויסצורופן אז באמת איז 'אין עוד מלבדו' און 'כולא קמיה כלא חשיב'. דערנאך מאכן מיר 'הבאה' און ברענגען צוריק די מינים צו זיך, מיטן ציל צו ממשיך זיין דעם אור אין אונז, אין אונזער לעבן, אין הארץ, צום פינטל פון הארץ. צו זאגן: כאטש פון זיין זייט איז אלעס 'כלא חשיב', פונדעסטוועגן וויל דער אויבערשטער אז דווקא אונזער לעבן זאל אויסשרייען אור ה', דורך די פנימיות'דיגע נקודה פון א אידישע הארץ וואס איז 'חבוקה ודבוקה' אינעם אויבערשטן ('הולכה' איז ייחודא עילאה' און 'סובב כל עלמין' - וויאזוי מצד דעם אויבערשטן אז אלץ ווי גארנישט און אינגאנצן בטל, און 'הבאה' איז ייחודא תתאה' און 'ממלא כל עלמין' - אז דעם אור ה' ברענגט זיך ארויס דווקא דורך מעשי תחתונים און נשמות ישראל). דאס איז אויך דעם ענין פון 'הודו לה" - די הכרה אין השי"ת, און דעם ענין פון 'אנא ה'' - עס ממשיך זיין אין אונז.

אנכאפן דעם כביכול בכבודו ובעצמו

און דערפאר זענען די ד' מינים מרמז אויפן קומת האדם. די אתרוג איז מרמז אויפן הארץ, די לולב אויפן שדרה, די הדסים אויף די אויגן און די ערבות אויפן מויל. אט די גלידער פארקערפערן דעם גאנצן מענטשליכן געבוי, ווייל די שדרה ציעט זיך פונעם מח ביז אונטן, די ליפן און אויגן נעמען אריין און לאזן ארויס, און די הארץ שיקט חיות פארן גאנצן קערפער. און ווי געזאגט, די ארבעה מינים ברענגען אונז צו, אז אונזער גאנצע מציאות זאל זיין דבוק צום אויבערשטן. ווייל מיט סוכה, נעמט אונז דער אויבערשטער אריין אין זיין אור און איז אונז מחבק, אבער מיט די ד' מינים, טוען מיר אליינס כביכול אנכאפן דעם אויבערשטן בכבודו ובעצמו, דאס הייסט אז מיר ברענגען זיך צו זיין דבוק אין אים. אין אנדערע ווערטער: סוכה דריקט אויס די אהבה וואס השי"ת האט אונז ליב, און לולב דריקט אויס די תוצאה פון די אהבה וואס ווערט דורך אונז, וויאזוי מיר געבן זיך אוועק פארן אויבערשטן צוליב אונזער אהבה.

More in this printout

View the whole printout