שאלה:
פון נאטור אויס בין איך א פארשלעפטער מענטש, דאס הייסט, איך שטופ אפ יעדע זאך אויף שפעטער. אפילו זאכן וואס איך ווייס קלאר אז איך וועל עס צום סוף מוזן טון - לייג איך עס אפ אויף דער לעצטער מינוט. אלע ארום ליידן דערפון, אבער איך אמערסטנס! ווייל צו אזויפיל וויכטיגע זאכן קום איך באמת נישט אן, אדער האט עס יענעם פנים ווערנדיג געטון אין דער לעצטער מינוט...
לאז מיר רעדן לדוגמא פון רוחניות: איך שטיי אויף שפעט, און איך וויל נישט זאגן וויפיל מאל עס געשעט ליידער אז איך פארשפעטיג זמן קריאת שמע און זמן תפלה. און אפילו ווען איך כאפ יא דעם זמן, קען מען זיך שוין פארשטעלן וויאזוי עס קוקט אויס, ווען מען דאווענט מיט דער נשמה אין די הענט און מען יאגט זיך צו כאפן דעם זמן, עס איז נישטא דארט קיין מינוט פון ישוב הדעת. און אזוי איז פארהאן אזויפיל משלים סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. וואס קען איך טון זיך צו טוישן?
תשובה:
וויבאלד דער פראבלעם איז א נפש'דיגע שוועריקייט וועלכע קלאפט אויס אין אלע חלקים פון לעבן, נישט בלויז אין רוחניות, דערפאר וועלן מיר זיך קודם באציען צום עצם פראבלעם פאר זיך, און דערנאך וועלן מיר אנקומען צום חלק וואס איז נוגע צו עבודת ה'.
דער פראבלעם פון וואס דו רעדסט, רופט זיך 'אפשטופן'. לאמיר פרובירן אריינצוגיין אביסל טיפער אין דעם שורש פון דער מדה, און דעמאלט וועלן מיר געוואויר ווערן אז דאס גייט אסאך טיפער פון וואס מען מיינט געווענליך.
ווען מען קוקט אן דער מדה פון אפשטופן פון אויבנאויף, זעט אויס, כאילו דער פראבלעם איז, אז דער מענטש נעמט נישט גענוג ערנסט דעם 'מארגן', כאילו ער לעבט זיך אין דעם יעצטיגן מינוט מיט א רואיגקייט, יעצט איז אים אלעס גוט, און ער טראכט נישט אביסל ווייטער, אז מארגן וועט דאס מוזן זיין ערלעדיגט.
אויב וואלט טאקע דאס געווען דער שורש פון דעם פראבלעם, וואלט די תשובה פאר דיר געדארפט זיין: דו מוזט אנהייבן טראכטן פונעם מארגן! דו מוזט האלטן פאר דיינע אויגן וויאזוי עס וועט אויסזען דער 'שפעטער' - טאמער דו וועסט זיך נישט גרייטן יעצט דערצו! למשל: טאמער וועסטו נישט גיין שלאפן 'יעצט' - וועסטו מארגן פארפאסן דיין אוידיענץ ביים דאקטער! טאמער וועסטו נישט יעצט אנהייבן בויען די סוכה - וועסטו עס מוזן טון ערב סוכות - ווען מען קען עס שוין נישט באצירן און אהערשטעלן ווי עס דארף צו זיין! און אזוי ווייטער. אין איין ווארט: זיי קלאר מיט די פלענער וואס 'מוז' געטון ווערן, און טראכט איבער דעם אנגעצויגענעם 'באלד' און נישט איבער דעם באקוועמען 'יעצט'. עד כאן איז דער אויבערפלעכליכער בליק.
דער אמת איז אבער, אז אפילו טאמער א מענטש איז זייער קלאר איבער זיין 'עתיד' און ער האלט עס פארנט פון זיינע אויגן, ציהט אים נאכאלץ זיך אפצושאקלען דערפון. און אפילו אויב ער טוט שוין עפעס פארן 'מארגן' - וועט ער קודם אויסוועלן די לייכטערע זאכן, און אפשטופן די שוערערע זאכן אויף שפעטער, כאטש ער ווייסט גאנץ גוט אז ער וועט זיך נישט קענען ארויסדרייען צום סוף פון טון אויך די שווערערע זאכן. דאס ווייזט אונז, אז דא ליגט א טיפערערע שורש ווי בלויז 'זיך נישט וואוסנדיג מאכן פונעם עתיד'.
אנדערע מענטשן, צי ווייל ער איז מחויב פאר זיך אליינס. דאגעגן, א זאך וואס א מענטש מוז נישט טון, נאר ער טוט עס בלויז ווייל ער וויל - דארט וועט ער נישט אפשטופן אויף שפעטער. און ווי מער א מענטש וועט צולייגן קאפ, וועט ער זיך איבערצייגן ווי שארף און אמת'דיג די דאזיגע הגדרה איז.
ווערן מיר דא געוואויר א נייער פשט: 'אפשטופן' קומט נישט פון 'עצלות' - נאר פון 'פריקת עול'! דאס הייסט, דער נפש וויל זיך שפירן זעלבסטשטענדיג! דער נפש וויל נישט זיין משועבד און אונטערגעווארפן אונטער יענעם. און ווען דער נפש שפירט זיך געצווינגען צו ערלעדיגן עפעס, שפירט זי זיך צוקוועטשט און באגרעניצט! כאילו זי איז יעצט א קנעכט אונטער עפעס אנדערש, און זי איז נישט בעל הבית אויף זיך אליינס. און דעריבער, כאטש זי ווייסט אז סוף כל סוף וועט זי דאס מוזן ערלעדיגן - פרובירט זי אבער עס אפצושאקלען און אפשטופן אויף ווי ווייט מעגליך.
נאכמער, דער נפש האט גאר א פארגעניגן פון 'אפשטופן'; ווי חז"ל זאגן: "עבדא בהפקירא ניחא ליה". דאס הייסט, אז דוקא ווייל ער איז אן 'עבד', האט ער אן עקסטערע תאוה און הנאה צו זיין א 'מופקר', ווייל איינמאל דער עבד קומט אן צו א געפיל פון 'איך בין קיינעם גארנישט שולדיג', דאס באפרייט אים פונעם עול פון 'עבדות', און קוויקט אים מיט אן אינערליכע הנאה. און ווי געזאגט, יעדער מענטש איז אין א געוויסן זין אן 'עבד', סיי פארן אויבערשטן, סיי פאר אנדערע מענטשן און סיי פאר זיך אליינס, און ווען ער קען זיך באפרייען פון דעם עול און זאגן "נישט יעצט" - שפירט ער זיך באפרייט פונעם 'עבדות', כאילו ער איז אליינס בעל הבית אויף זיך זעלבסט, און ער האט הנאה זיך צו שפירן זעלבסט שטענדיג.
לויט דעם קומען מיר אן צו זייער א פשוט'ע לעזונג צו דיין פראבלעם:
יעדעס מאל וואס עס ווילט זיך דיר אפשטופן עפעס וואס דו מוזט טון, איז אנשטאט עס אפצושטופן און זיך שפירן דערמיט זעלבסט שטענדיג און בעל הבית, טוה אנדערש, זאג פאר דיין נפש: "איך בין בעל הבית מיט דעם וואס איך טוה דאס יעצט! איך לאז זיך נישט פון מיין אינסטינקט וואס וויל זיך אפשאקלען דערפון, נאר איך נעם זיך אין די הענט אריין און שוין יעצט! פאר מיר איז אסאך בעסער און באקוועמער צו ערלעדיגן ווי פריער די שווערערע זאכן!". און איינמאל דו טוסט דאס מיט א צוגאנג פון 'בחירה' - וועסטו שוין הנאה האבן דוקא יא עס צו טון! ווייל דעמאלט וועסטו שפירן א געפיל פון זיין א 'מענטש' און א בעל הבית אויף דיר אליינס, וואס די דאזיגע געפיל גיבט א שטארקע הנאה פאר א מענטש.
נאכן ארויסהאבן דעם שורש פונעם פראבלעם און דער לעזונג דערצו, וועלן מיר זען וויאזוי מען באציהט זיך דערצו אין עבודת ה'.
אויבנאויף קען מען נישט נוצן דעם דאזיגן לעזונג אין עבודת ה', ווייל ווען א מענטש וויל זיך אפשאקלען פון זיינע חיובים אין עבודת ה', ער וויל בלייבן אין בעט און אויפשטיין שפעטער, ער וויל נאך אביסל שמועסן און גיין לערנען שפעטער - וואס ווי געזאגט, קומט דאס פון א פריקת עול, וואס ער וויל נישט שפירן אז ער איז נישט דער אייגענער בעל הבית אויף זיך - קען מען אים נישט זאגן: "דו ביסט נישט מחויב! טוה דאס פון דיין אייגענעם ווילן!", ווייל ער איז דאך יא מחויב! א חלק פון עבודת ה', איז דוקא דער 'קבלת עול מלכות שמים'! ביי יעדע מצוה דארף מען דאך אינזין האבן די פשוט'ע כונה פון "כך ציווני בוראי"! די גאנצע מעלה פון א מענטש איז, אז ער איז א 'מצווה ועושה'! נו אויב אזוי, וויאזוי קען מען לעזן די מחלה פון 'אפשטופן' אין עבודת ה'? אידישקייט פארלאנגט דאך זיכער א כח פון זיך צווינגען און זיך אונטערווארפן, און דער נפש זוכט זיך אפצושאקלען דערפון, נו, וואס טוט מען דא?
דא ליגט די יסודות'דיגע באמבע חידוש: א אידישע נשמה איז א שטיק געטליכקייט און זי האט זייער ליב צו נעמען אויף זיך דעם עול מלכות שמים! זי זוכט נישט צו אנטלויפן דערפון - נאר פארקערט, זי זוכט זיך ווי מער אונטערצולייגן אונטער דעם עול! א געווענליכער נפש וויל נישט קיין 'עול' צוליב איין סיבה: זי וויל זיך שפירן א 'יש'! איך בין עפעס! אבער ווען מען איז מקבל דעם עול פון אידישקייט און מען פארלירט בעלות אויף זיך, נאר מען פאלט אונטער דעם בעלות פונעם אויבערשטן - שפירט זיך דער נפש ווי דער גרעסטער 'יש' וואס איז נאר פארהאן! פארקערט, זי גייט ארויס פונעם פאלשן דמיון'דיגן 'יש' און גייט אריין אינעם עכטן 'יש'! זי ווערט מחובר צום אויבערשטן וואס ער איז איר שורש און ער מאכט איר א גאנצן צייט פון 'אין' צו 'יש'. קומט אויס, אז דער נפש זוכט עכט דוקא צו מקבל זיין עול מלכות שמים, ווייל זי וויל פארלירן איר גאנצע יישות' - וועלכע זי ווייסט אויך אז עס איז פאלש און גארנישט מיט נישט, און בלויז ווען זי ווערט בטל און נכלל אינעם 'אור אין סוף ברוך הוא' דעמאלט האט זי אן אמת'ע מציאות.
ווען מען קוקט פון א קוק ווינקל פון 'נפרדים' - איז נישטא קיין ערגערע זאך פאר א מענטש ווי צו פארלירן זיין זעלבסטשטענדיגקייט, ער שפירט ממש כאילו ער עקזיסטירט נישט מער. אבער ווען א נברא הערט אויף צו זיין א 'נפרד', נאר ער באהעפט זיך צוריק צום בורא - איז ממש פארקערט: עס איז נישטא קיין ערגערע זאך ווי צו זיין זעלבסט שטענדיג! ווייל דעמאלט איז מען ממש כאילו מען עקזיסטירט נישט בכלל! און עס איז נישטא קיין בעסערע זאך ווי צו פארלירן די זעלבסט שטענדיגקייט און זיין בטל צום אויבערשטן! צו זיין אינגאנצן אונטערגעווארפן אונטער אים און טראגן זיין עול מיט ליבשאפט.
ריכטיג טאקע, מיר האבן אויך א 'נפש הבהמי' און א גוף - וואס זיי שפירן זיך ווי א נפרד, און זיי קעמפן קעגן יעדן עול וואס מען וויל ארויפלייגן אויף זיי. אבער מיר זענען בעל הבית אויך אויף דעם! מיר וועלן זיך אויסלערנען צו חזר'ן און שטארק ארייננעמען אין הארץ אונזער נשמה'דיגע צוגאנג צום עול פון אידישקייט, וואס זי וויל אזוי שטארק מקבל זיין אט דעם עול! זי גייט ממש אויס צו טראגן דעם עול! די ערגסטע זאך פאר איר איז, אראפצואווארפן דעם עול און בלייבן זעלבסטשטענדיג! און דורכדעם וועלן מיר באקומען כוחות צו בוחר זיין צו פארלירן אונזער זעלבסט שטענדיגקייט און צו טראגן דעם עול מיט א שמחה!
דערמאנט דיר אז מען דארף שוין אויפשטיין צו עבודת הבורא, און דער יצר הרע פון 'אפשטופן' קומט אן און וויל דיר אנבאטן צו אויפשטיין אביסל שפעטער - כדי דו זאלסט זיך קענען פיהלן ווי בעל הבית אויף דיר אליינס, זאג אים אזוי: "איך בין נישט אינטערעסירט צו זיין בעל הבית אויף מיר! איך וויל אז דער אויבערשטער זאל זיין בעל הבית אויף מיר! ווייל איך בין א חלק פון אים! ער איז מיין אמת'ע מציאות! פארקערט, דוקא דורכדעם וואס איך וועל יעצט אויפשטיין צוליב דעם עול פון אידישקייט, וועט מיין אייגענע מציאות אוועקפאלן און איך וועל ווערן אינגאנצן פארשוואונדן און פארשלינגען אין זיין הייליגן מציאות כביכול!".
אויף למעשה גייען מיר ארויס מיט די פאלגענדע עצות:
- ערשטנס, זיי מסודר און קלאר ביי דיר אלע דיינע פליכטן וואס דו מוזט טון און ערלעדיגן דורכן טאג, מארגן און קומענדיגע וואך און אזוי ווייטער. אנטלויף נישט פונעם 'עתיד' צו דעם 'הוה', ווייל דער עתיד וועט דיר צום סוף נאכיאגן און כאפן.
- ב. ווער אויסגעקלארט אינעם געדאנק, אז אלץ וואס דו שטופסט אפ, שטאמט פון א פריקת עול - וואס דו ווילסט זיך שפירן זעלבסט שטענדיג און בעל הבית אויף דיר אליינס.
- ג. ווען דו פלאנירסט אויס וואס דו גייסט היינט טון, שטעל עס אוועק מיטן יסוד אז דו ביסט דער 'בעל בחירה'! טוה דוקא די שווערערע זאכן אדער די וויכטיגערע זאכן פריער, כדי דו זאלסט טון אנדערש ווי דער אינסטינקט טרייבט דיר, און וויבאלד דו וועסט באלד אנפאנג טאג הנאה האבן פון דיין בחירה - וואס דו ביסט יא בעל הבית אויף דיר, וועסטו שוין נישט דארפן אנקומען צו די נארישע הנאה פון הפקרות און פריקת עול פון 'אפשטופן'.