ליל א' דסוכות ט"ו תשרי תרנ"ה
א ירושלמי איבער דאווענען נאכ'ן זמן תפילה
אין ספר מאמר מרדכי ווערט געברענגט בשם הגאון בעל שו"ת שואל ומשיב זצ"ל, אז מ'האט אים געפרעגט איבער הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע, וואס פלעגט דאווענען זיינע הייליגע תפלות נישט אין די זמני התפילה וואס חז"ל האבן קובע געווען.
האט הגאון בעל שואל ומשיב געזאגט, אז עס שטייט אזוי אין ירושלמי, אז איינער וואס איז 'משים לילות כימים בלימוד תורה הקדושה', קען דאווענען אין אלע זמנים.
איך האב געפרעגט איינעם פון די גדולי הבקיאים בבבלי ובירושלמי, און ער האט נישט געוואוסט וואו ס'איז דער מקור פון דעם ירושלמי, ביז איך האב שפעטער געטראפן אין ירושלמי (מכות פ"ב ה"ז), אז דוד המלך ע"ה האט מתפלל געווען: "ואני תפלתי לך ה' עת רצון" — אז אלעמאל ווען ער וועט דאווענען זאל עס זיין אן עת רצון.
לכאורה האט הגאון בעל שואל ומשיב געלערנט פשט אינעם ירושלמי, אז דוד המלך ע"ה האט מתפלל געווען אויף זיך, אז ער זאל קענען דאווענען אויך נישט אין די זמני התפלה הקבועים, און פונדעסטוועגן זאל עס זיין אן עת רצון אז זיין תפילה זאל נתקבל ווערן, און אוודאי, אז דוד המלך ע"ה האט אזוי מתפלל געווען, איז זיין תפילה אנגענומען געווארן.
האט דער שואל ומשיב געהאלטן, אז וויבאלד מיר טרעפן ביי דוד המלך ע"ה אז ער האט 'משים געווען לילות כימים מיט לימוד התורה הק', (ווי די גמרא זאגט אנהייב ברכות), איז מסתבר אז יעדער צדיק וואס גייט אין דעם דרך פון דוד המלך ע"ה, איז אויך ביי אים אזוי, אז יעדע צייט ווען ער דאוונט ווערט אן עת רצון.
דאס ארבעט אויף אן אופן פון מדה כנגד מדה: דער צדיק איז זיך דאך מתעלה העכער פונעם דרך הטבע, ווייל דער אויבערשטער האט באשאפן די נאכט פאר שלאף (עירובין ס"ה ע"א), און דוד המלך ע"ה האט צעבראכן אט דעם טבע און האט זיך מעלה געווען העכער פון בחינת זמן, ער האט משים געווען לילות כימים, און ס'איז נישט געווען ביי אים קיין חילוק צווישן לילה ויום— אויב אזוי איז ער נישט געבונדן צו די געווענליכע זמני התפילות ווי אנדערע מענטשן, וואס זענען יא אונטער דעם טבע פונעם זמן.
מען קען אויך צושטעלן דערצו א ראיה פון דער גמרא (שבת יא, א), אז רשב"י איז געווען 'תורתו אומנותו' - ער האט געלערנט יומם ולילה אן קיין אנדערע אומנות אויסער תורה – און ער איז געווען פטור פון תפלה. פונעם אריז"ל איז משמע די כוונה אז רשב"י איז געווען פטור פונעם זמן תפילה, און די כוונה איז ווי דערמאנט.
טובים מאורות שברא אלקינו
אמאל איז הרה"ק רבי מרדכי'לע איינגעלאדנט געווארן צו זיין סנדק ביי א ברית. ער האט געשפעטיגט ביז ס'איז געווארן נאכט. אבער ווען ער איז אנגעקומען, האט ער געזאגט אז מ'זאל מאכן דעם ברית מילה, און אזוי האט מען געטון.
שפעטער איז איינער פון די גדולי הרבנים פון דער שטאט געקומען צו אים אין שטוב, כדי אים צו פארהאלטן פארוואס ער האט געמאכט א ברית ביינאכט. האט רבי מרדכי'לע זיך אויפגעשטעלט, צוגעגאנגען צום פענסטער, אוועקגערוקט דעם פארהאנג און געוויזן פאר דעם רב אז די זון שיינט נאך מיט איר פולסטן קראפט... פארשטענדליך אז דער רב האט שוין גארנישט געזאגט, און ער איז ארויס פון דארט מיט אן אויסטערלישע התפעלות.
ציצית פאר'ן הייליגן דברי חיים
הרה"ק רבי מרדכי'לע האט אמאל געשיקט א בגד פון ציצית צום הייליגן דברי חיים זי"ע, און ער האט געמאכט דערצו אסאך הכנות. צום ביישפיל האט ער איינגעטונקען די ציצית אין דעם "מים שלנו" וואס איז געווען אנגעגרייט פאר אפיית מצות, און נאך ענליכע זאכן.
דער שליח איז אנגעקומען צום הויז פונעם צאנזער רב ערב שב"ק, גאר א קורצע צייט פאר שבת. דער דברי חיים האט זיך מורא'דיג געפרייט מיט דעם טלית קטן, אבער היות ער האט שוין נישט געהאט קיין צייט אנצוקניפן די ציצית אויפ'ן טלית קטן, דעריבער האט ער אריינגעלייגט די ציצית אינעם לאך און געמאכט בלויז איין קשר אויף אלע פיר כנפות, זיך פארלאזנדיג אויפ'ן שיטת הרמב"ם אז דאס איז אויך א קשירה. דער צאנזער רב האט דאס געטון, כדי ער זאל גלייך קענען אנטון די ציצית שוין יענעם שבת, מחמת די גרויסע קדושה פון דעם טלית קטן.
תיקון הכללי — א שמירה אויך אויף ווייטער
ווען הרה"ק רבי מרדכי'לע האט געזען דעם ספה"ק ליקוטי מוהר"ן האט ער שטארק מפליג געווען אז דאס איז א גאר הויכער ספר.
רבי מרדכי'לע האט אויך געזאגט אויפ'ן תיקון הכללי וואס רביז"ל האט מגלה געווען, אז דאס איז נישט בלויז א תיקון אויפ'ן עבר, נאר ס'איז אויך א שמירה אויף ווייטער, געראטעוועט צו ווערן פון אלעם בייזן.
באמת איז דאס טאקע מדויק, ווייל רביז"ל האט נאך דער התגלות פונעם תיקון הכללי דערציילט דעם ענין פונעם 'פאנצער' — (עיין בספר פעולת הצדיק אות תתצ"ז), וואס ס'ליגט דערין א רמז אז דער תיקון הכללי איז ווי א פאנצער וואס באשיצט אויך אויף ווייטער.
הרה"ק מסאטמאר זי"ע אלס קינד ביי רבי מרדכי'לע
ווען הרה"ק רבי מרדכי'לע איז אמאל געווען אין דער שטאט סיגוט, האט הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע דעמאלט געשיקט זיינע צוויי קינדער — הרה"ק בעל עצי חיים זי"ע, ואחיו הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס איז דעמאלט געווען א קינד — צו גיין זען רבי מרדכי'לע זי"ע.
עס איז געווען מוצאי שבת קודש, נאכדעם וואס זיי האבן שוין געמאכט הבדלה, אבער רבי מרדכי'לע האט נאך געהאלטן פאר קריאת התורה פון מנחה שב"ק (כידוע דרכו בקודש בזה) עס איז דארט געווען א גרויסער עולם. אבער רבי מרדכי'לע האט געהאט אן ענין, אז בשעת זיינע תפלות זאלן נישט בלייבן דארט מענטשן וואס האבן שוין געדאוונט. דעריבער האט ער אויסגערופן, אז ווער עס האט שוין געדאוונט זאל ארויסגיין פון בית המדרש.
דער עולם האט אנגעהויבן ארויסצוגיין. האט ער נאכאמאל אויסגערופן, אז ער מיינט נישט די קינדער פונעם סיגוטער רב; זיי זאלן בלייבן. דער סיגוטער גבאי וואס איז מיטגעקומען מיט די קינדער זיי צו באדינען האט געוואלט ארויסגיין. האט רבי מרדכי'לע נאכאמאל געזאגט: 'עבד מלך — מלך', אז אויך דער גבאי פון די קינדער זאל בלייבן.
דאס איז געווען אן אפענער רוח הקודש, ווייל די קינדער מיט'ן גבאי זענען געשטאנען אינגאנצן הינטן אין בית המדרש, גאר ווייט פון וואו רבי מרדכי'לע האט געקענט זען, אויסער דעם וואס דער בית המדרש איז געווען טונקל.
שפעטער האט רבי מרדכי'לע צוגערופן די הייליגע קינדער פונעם קדושת יו"ט און ער האט זיי פארהערט זייערע לימודים. דער עצי חיים איז שוין געווען א בחור, ווען רבי מרדכי'לע האט אים געפרעגט וואס ער לערנט, האט דער עצי חיים געזאגט אז ער לערנט מסכת "ביעא" — ווי ס'איז געווען די שפראך פון אסאך חסידים ואנשי מעשה צו רופן מסכת ביצה — און הלכות טריפות. אבער רבי מרדכי'לע האט אים געזאגט אז ער זאל יא זאגן "ביצ"ה", ווייל ס'איז ראשי תיבות י"ב צירופי הוי"ה; און אויך זאל ער זאגן הלכות כשרות, נישט הלכות טריפות, כדי נישט צו נוצן קיין לשון מגונה.
דערנאך האט ער גערופן הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס איז דעמאלט געווען א קינד פון בערך זעקס יאר, און אים ארויפגעזעצט אויף זיינע הייליגע קניען. ער האט אים געפרעגט: "וואס לערנסטו?" האט דאס קינד געענטפערט: "חומש מיט רש"י."
האט רבי מרדכי'לע אים געזאגט: "זאלסט אסאך פילעווען אין חומש רש"י. מרדכי'לע האט געקענט אלטע רבנים וואס האבן אויף דער עלטער פארגעסן 'וואו דער באשעפער שטייט אן', אויב דו וועסט לערנען חומש רש"י וועסטו אלעמאל וויסן וואו דער באשעפער שטייט אן".
רבי מרדכי'לע האט זיך דעמאלט אויסגעדרוקט אויף הרה"ק מסאטמאר זי"ע: "ואולם אחיו הקטן יגדל ממנו". הרה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט זאגן אז די צורה פון רבי מרדכי'לע האט געלאכטן און געשיינט מער פון אלע צדיקים וואס ער האט געזען אין זיין לעבן.
בחד קטירא אתקטר
הרה"ק רבי מרדכי'לע זי"ע האט אין זיינע לעצטע יארן געבויט פאר זיך א סוכה במשך צוויי און צוואנציג יאר. אין זיין לעצטן טאג האט ער נאך זוכה געווען צו זיצן אין דער סוכה די ערשטע נאכט סוכות. ער איז נסתלק געווארן צומארגנס, דעם ערשטן טאג סוכות. מ'האט גענומען די ברעטער פון דער סוכה און דערפון געמאכט זיין ארון, און ער איז באערדיגט געווארן מיט די ווענט פון דער סוכה.
צדיקי הדור האבן געזאגט אז ער איז נסתלק געווארן דעם ערשטן טאג סוכות, ווייל השי"ת וואס איז מקיים די תורה הק' האט יענעם יאר מקיים געווען דעם פסוק: 'ולקחתם לכם פרי עץ הדר'.
זכותו יגן עלינו.