Skip to content
להתענג - אידיש

ניצוצי אורה - דער אויבערשטער פירט די וועלט שענער און שענער...

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ניצוצי אורה

דער אויבערשטער פירט די וועלט שענער און שענער...

חז"ל זאגן (סוכה נה, ב) אז די פָּרִים וואס מ'האט מקריב געווען אום יום טוב סוכות, זענען געווען קעגן די אומות העולם, און דעריבער איז עס געווען פוחתים והולכים.

דאס איז דער דרך פון די גוים, און די וואס גייען אין די דרכי הגוים, צו קרעכצן כסדר אז "אמאל איז געווען בעסער, היינט איז אלעס שוואכער און ערגער"... ווי שלמה המלך ע"ה איז שוין מזהיר (קהלת ז, י): אל תּאמַר מֶה הָיָה שֶׁהַיָּמִים הָרִאשׁנִים הָיוּ טוֹבִים מֵאֵלֶּה.

אבער דער דרך הקדושה איז פארקערט, ווי רביז"ל האט געזאגט (שיחות הר"ן אות ש"ז) אז דער אויבערשטער פירט די וועלט שענער און שענער, און אפילו ווען צדיקים רעדן מיט א לשון פון ענוה און שפלות כאילו זיי גייען אראפ פון זייער מדריגה, אבער דער אמת איז, אז צדיקים גייען אלעמאל העכער.

More in this printout

View the whole printout