וְשָׁמַוֹז תָּ בְּוֹזגֶךְ וְהָיִיתָ אַךְ שָׂמֵחַ
א וועג אריין צו שמחה...
שאלה: וואס קען זיין דער גורם ווען איך טרעף זיך אין א לעבן אן קיין שמחה?
תשובה: ווען א מענטש געפינט זיך אין אן עצבות און ער וויל זיך ארויסזען דערפון, דארף מען וויסן וואס דער 'צמח צדק' שרייבט (אגרות קודש אדמו"ר הצמח צדק עמו' שכג) אז דער עיקר גורם פאר עצבות זענען די מחשבות פון עצבות. דהיינו, אז עצבות קומט אלס רעזולטאט ווייל דער מענטש האט געטראכט מחשבות פון עצבות! ס'קען אויך זיין אז ער האט שוין געטראכט מיט עטליכע טעג אדער וואכן צוריק אזעלכע מחשבות פון עצבות, און הערשט יעצט קומט די מחשבה ארויס מכח אל הפועל, און מ'פאלט אריין אין אן עצבות.
דער 'צמח צדק' איז מגלה, אז דער עיקר עצה ארויסצוגיין און זיך מתגבר זיין אויף עצבות, און די בעסטע עצה אז מ'זאל בכלל נישט אנקומען דערצו, איז דורכדעם וואס מ'טראכט שטענדיג נאר מחשבות פון שמחה, דאס וועט גורם זיין אז מ'זאל טאקע זיין בשמחה. איבערהויפט ווען א מענטש געפינט זיך שוין אין עצבות זאל ער מרבה זיין צו טראכטן אגאנצן צייט בלויז מחשבות פון שמחה, דורכדעם וועט ער ארויסגיין פון זיין מצב, און ער וועט זוכה זיין צו שמחה בכל עת ובכל שעה. (כידוע וואס דער גר"א ז"ל האט געזאגט אז די מצוה פון 'ושמחת בחגך' איז די שווערסטע מצוה, ווייל מ'דארף זיין בשמחה יעדע רגע דורכאויס אכט טעג ברציפות).
ס'איז כדאי צו מעתיק זיין דאס הייליג לשון פונעם צמח צדק, וואס ער האט געענטפערט פאר א חסיד וועלכער האט זיך מתמרמר אז ס'איז אים שווער אנצוקומען צו שמחה. האט אים דער צמח צדק געשריבן בלש"ק: "המחשבה הדיבור והמעשה שלושת לבושי הנפש, הם העיקר בהנהגת האדם, ובהם הבחירה והרשות נתונה לחשוב לדבר ולעשות כרצונו. אדם צריך לשמור על מחשבתו לחשוב רק מחשבות משמחות, ועליו ליזהר מלדבר בעניני עצבות ומרה שחורה, ויש לו להתנהג כאילו הוא מלא שמחה בלבו להראות תנועת שמחות, "אף שאין בלבו כן בעת מעשה", ואז סופו להיות כן באמת, עכ"ל.