Skip to content
להתענג - אידיש

למען דעת - די צוויי בחינות פון 'דעת עליון' און 'דעת תחתון'

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א

די כוונה פון סוכה מיט לולב

ס'איז באקאנט וואס דער אר"י הק' איז מבאר אז די מצוה פון 'ישיבת סוכה' איז די בחינה פון 'אור מקיף', און די מצוה פון נטילת לולב מיט די נענועים איז די בחינה פון 'אור פנימי'. סוכות ביינאכט, ווען מ'גייט אריין זיצן אין דער סוכה, באקומט מען דעם אור המקיף פון דער סוכה, און דערנאך, סוכות אינדערפרי ווען מ'איז מקיים מצוות נטילת לולב מיט די נענועים, באקומט מען דעם אור פנימי פונעם לולב.

דער הייליגער רש"ש איז מסביר א שטאפל טיפער, אז 'אור מקיף' מיט 'אור פנימי' מיינט: 'דעת עליון' מיט 'דעת תחתון'. דאס הייסט אז דורך די מצוה פון 'ישיבת סוכה' איז מען ממשיך דעם 'דעת עליון', און דורך די מצוה פון נטילת לולב און די נענועים איז מען ממשיך דעם 'דעת תחתון'.

לאמיר בעז"ה פרובירן צו פארשטיין אביסל דעם אפטייטש פון 'דעת עליון' און 'דעת תחתון' על דרך העבודה, און וויאזוי דאס איז נוגע פאר אונזער טאג-טעגליכער עבודת ה'.

'חכמה' און 'בינה' אן קיין 'דעת'

ווי באקאנט זענען פארהאן דריי בחינות אין די 'מוחין' פון א מענטש: חכמה, בינה און דעת. 'חכמה' און 'בינה' מיינט אז מ'לערנט און מ'פארשטייט די זאך, אבער 'דעת' מיינט אז מ'ווערט באמת מקושר מיט דער זאך. אין א געוויסער בחינה איז 'דעת' נאך העכער פון 'חכמה' און 'בינה', ווייל 'דעת' באדייט אז מען שפירט די זאך מיט א לעבעדיגע הרגשה און קשר.

צום ביישפיל: אמאל איז דא א איד וואס האט טאקע געלערנט אסאך גמרא, ער קען די סוגיא און פארשטייט גוט די ווערטער, אבער ער האט נאכנישט משיג געווען דעם חיות התורה, און ער שפירט נישט דעם 'אור' וואס ליגט אין דער גמרא! דאס קען אויך זיין ביי לימוד הקבלה: מ'קען לערנען סודות התורה און מ'קען אפילו דורכגיין אלע כתבי האריז״ל, אבער אויב עס פעלט פונעם 'דעת' איז נישטא די אינערליכע הרגש און חיות פונעם לימוד. מען ווייסט טאקע 'וואס' עס שטייט, אבער די תורה איז נישט מקושר צום נפש.

דעת תחתון; ווערן מחובר צו דברים שבקדושה

אט דער חיות, דער הרגש, און דער קשר צום לימוד איז די בחינה פון דעת. ווען א איד וויל זוכה זיין אנצוקומען צו דער גרויסער מדריגה פון 'דעת' איז דאס נאר דורכדעם וואס ער לערנט נאכאמאל און נאכאמאל, מיט א יגיעה און השתוקקות. דעמאלט העלפט אים דער אויבערשטער אז די חכמה און בינה ווערט א לעבעדיגע מציאות אין זיין הארץ.

דאס איז די בחינה פון דעת תחתון: דער מענטש ווערט מקושר צו דער זאך, און נאכדעם גייען די מוחין אריין אין זיינע מידות — אהבה, חסד, יראה, גבורה, א.א.וו. אזוי ווי חז"ל זאגן (עבודה זרה יט, א) אז צוערשט ווערט די תורה אנגערופן 'תורת ה׳', ווייל דער מענטש שטייט פון אינדרויסן און ער איז נישט מקושר בפנימיות צו דער תורה, אבער שפעטער ווען ער פלאגט זיך מיט אן עמל התורה, איז מען זוכה אז עס ווערט אנגערופן 'תורתו' - ער איז זיך מתחבר דערמיט און הייבט אן שפירן א חיות דערין. די ידיעה גייט אריין אין זיין הארץ און הייבט אן משפיע זיין אויף זיינע מידות, אויף זיין אהבה, יראה, חסד און גבורה.

דאס איז די פנימיות'דיגע טייטש פונעם פסוק: 'וידעת היום והשבות אל לבבך': אז דער דעת זאל נישט בלייבן נאר ווי א ידיעה אינעם מח; נאר ס'זאל אראפגיין אין הארץ, ס'זאל ווערן א 'דעת תחתון' וואס טוישט און באלייכט דעם גאנצן מענטש.

דעת עליון; א השגה פון גן עדן העליון

אבער ס'איז אויך דא אסאך א העכערע בחינה, וואס ווערט אנגערופן 'דעת עליון'. דאס איז די השגה פון תורה הק' וויאזוי ס'ווערט געלערנט אין גן עדן העליון. די נשמות הצדיקים אין גן עדן זענען משיג די תורה מיט השגות נפלאות ועליונות, אויף א מדריגה וואס מיר קענען זיך נישט משער זיין. ס'איז געווען צדיקי אמת וואס האבן שוין אויף דער וועלט זוכה געווען צו די הויכע השגות פון 'דעת עליון'. ברוב קדושתם האט זיך זיי געעפנט דער גרויסער אור, וויאזוי די תורה ווערט געלערנט אין די עולמות העליונים.

אויך היינט וויל דער אויבערשטער משפיע זיין די הייליגע השפעות, ווי דער פסוק זאגט (מלאכי ג, ו): 'אני ה׳ לא שניתי' — ביים אויבערשטן איז קיינמאל נישטא קיין שינוי. פונקט ווי ער האט משפיע געווען 'דעת עליון' אויף די פריערדיגע צדיקים, וויל ער אויך היינט משפיע זיין פון דעם אור. נאר ליידער צוליב די חטאים זענען מיר נתרחק געווארן פון השי"ת, און דעריבער זענען אונזערע כלים נישט ראוי משיג צו זיין אזעלכע הויכע מדריגות. אבער ווען א איד טוט תשובה און דערנענטערט זיך צוריק צום אויבערשטן, קען ער לויט זיין בחינה זוכה זיין צו אן הארה פון דעת עליון!

ב - כי בסוכות הושבתי

דורך מצוות סוכה שיינט אריין דער 'דעת עליון'

נאך די ימים נוראים דארף מען אריינברענגען דעם דעת

אין די הייליגע טעג פון ראש השנה און יום כיפור האבן אידן מקבל געווען די מוחין פון 'חכמה' און 'בינה', וואס איז אראפגעקומען דורך די תקיעות און די תפלות פון ר"ה, און דורך די קדושת ועבודת היום פון יוה"ק.

יעצט, אין דעם יום טוב סוכות, דארף מען ממשיך זיין דעם מוח הדעת — אז מ'זאל ווערן מקושר מיט חכמה און בינה, ווייל אן דעם דעת האט מען דאך גארנישט פון אלע גרויסע מוחין און השגות. און ווי דערמאנט, ווערט דער דעת אליין צעטיילט אין צוויי בחינות: מצות סוכה איז 'דעת עליון', און מצות נטילת לולב איז 'דעת תחתון'.

אזוי איז אלעמאל דער סדר, אז קודם דארף דער מענטש זיך מתבונן זיין מיט זיין שכל אין עבודת ה', און נאכדעם דארף ער דורכדעם נתעורר ווערן צו דינען דעם אויבערשטן. ווי דער פסוק זאגט (משלי יב, ח): 'לפי שכלו יהולל איש' — די מדריגה פונעם מענטש איז לויט זיין דעת. און אזוי שטייט אויך (שם כד, ד): 'ובדעת חדרים ימלאו' – דורך דעת ווערט אנגעפולט די חדרי הנפש. דאס גדלות פונעם מענטש איז געוואנדן אינעם דעת.

נאכדעם וואס די מוחין זענען אראפגעקומען ראש השנה און יום הקדוש, איז מען יעצט עוסק אום סוכות צו ממשיך זיין דעם דעת אויף למעשה, אז ס'זאל אריינקומען אין אלע מדות. די זיבן ימי החג זענען קעגן די זיבן מידות, און יעדן טאג איז מען עוסק מיט דער מידה פון יענעם טאג. דעם ערשטן טאג איז די עבודה אהבת ה׳, די מידה פון חסד; דעם צווייטן טאג איז די עבודה יראת ה', די מדה פון גבורה; א.א.וו. אזוי ברענגט מען אראפ אלע מוחין אז ס'זאל אריינשיינען ביז צו די מדות.

דעת עליון; די הויכע השגה וואס שיינט אין דער סוכה

די מצוה פון 'ישיבת סוכה' ברענגט אריין דעם אור פון 'דעת עליון'. ווען א איד זיצט אין דער סוכה בצילא דמהימנותא און איז זיך מייגע אין דער הייליגער תורה, קען זיך אנהייבן עפענען פאר אים אן אנדערע סארט השגה — נישט נאר די תורה וואס ער קען אליין משיג זיין, נאר אן 'אור מקיף' פון 'דעת עליון' וואס איז א מתנה פון אויבן.

דאס איז אויך די כוונה וואס חז"ל זאגן (סוכה כב, ב) אז לכתחלה זאל מען קענען זען די שטערנס דורכ׳ן סכך. בדרך העבודה מיינט דאס אז דער אור אליין איז צו גרויס אז דער מענטש זאל אים קענען מקבל זיין בשלימות, אבער דורכ׳ן סכך איז מען זוכה צו משיג זיין קליינע שטראלן וואס זענען אן הארה פונעם דעת עליון!

אושפיזין עילאין; די הייליגע מדות קומען אראפ

דאס איז אויך דער ענין פון די אושפיזין עילאין: יעדן טאג קומט אראפ אן אנדערע אושפיזין. דעם ערשטן טאג קומט אברהם אבינו, דעם צווייטן טאג יצחק אבינו, א.א.וו. לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס איז דער ענין פון די אושפיזין אין דער סוכה? וואס מיינט אז אברהם אבינו אדער יוסף הצדיק קומט אריין אין אונזער סוכה?

נאר דער ענין פון די אושפיזין איז ווי דערמאנט, אז עס קומען אראפ אין דער סוכה די גאר הויכע מידות און הייליגע אורות פון די צדיקים. ביי אברהם אבינו שיינט דער אור החסד און אהבת ה׳; ביי יצחק אבינו דער אור הגבורה און יראת ה׳; און ביי יוסף הצדיק דער אור פון קדושה, דביקות און התקשרות צום אויבערשטן, א.א.וו.

אהבה רבה – העכער אונזער עבודה

דער כלל איז אלעמאל, אז יעדע סארט מדריגה קען דער מענטש באקומען אויף צוויי אופנים. איין אופן איז דורך דער אייגענער עבודה, דורכדעם וואס ער איז זיך מתבונן, ער איז זיך מתייגע און ער פלאגט זיך אויף דער מידה ביז ער איז זוכה איר צו שפירן. אבער דער צווייטער אופן איז א העכערע השפעה וואס מען באקומט פון הימל אלס א מתנה.

אין ספרי קודש איז מבואר אז דאס איז דער חילוק צווישן 'אהבת עולם' און 'אהבה רבה'. –'אהבת עולם' איז א בחינה פון 'דעת תחתון', ווען דער מענטש איז מעורר די אהבה דורכדעם וואס ער איז זיך מתבונן אין רוממות ה' וחסדיו, ביז ער קומט אן צו א מדריגה פון אהבה דורך זיין אייגענע עבודה. אבער 'אהבה רבה' איז א בחינה פון 'דעת עליון', ס'איז א מתנה וואס קומט אראפ פון אויבן. די השפעה פון אהבה רבה איז אסאך העכער פון דאס וואס דער מענטש וואלט אליין געקענט מעורר זיין מיט די אייגענע כוחות.

דאס איז די בחינה פון די אושפיזין: אין דער סוכה שיינט דער 'דעת עליון', מען באקומט די מידות פון די אבות און צדיקים אלס א מתנה פון אויבן. דעריבער איז טאקע די סוכה א בחינה פון 'אור מקיף' — ווייל דער גרויסער אור נעמט ארום דעם איד און הייבט אים אויף העכער פון זיין אייגענער מדריגה.

ג - על נטילת לולב;

די נענועים ברענגן אריין דעם 'דעת תחתון' אין אונזער הארץ

אויפהייבן די מוחין און אריינברענגען נייע דעת

נאכדעם וואס מ'האט זוכה געווען צו באקומען דעם 'דעת עליון' דורך די מצוה פון סוכה, איז מען זוכה סוכות אינדערפרי, ביי נטילת לולב און די נענועים פון די ארבעה מינים, צו באקומען דעם 'דעת תחתון' דורך די ארבעה מינים. דאס מיינט אז מ'נעמט די אלע הויכע השגות און מען איז דאס מקשר מיט'ן הארץ, אז אז ס'זאל נישט בלייבן בלויז א 'מקיף', נאר ס'זאל אריינגיין און בלייבן אן 'אור פנימי' אין די אינערליכע מידות פונעם מענטש.

ביי נטילת לולב שאקלט מען די ארבעה מינים צו די זעקס זייטן. בדרך העבודה מיינט דאס, אז מען נעמט אלע השגות און מידות און מ'הייבט עס אויף צוריק צו זייער שורש. דער איד האט שוין מוחין, אבער די מוחין זענען נאכנישט אינגאנצן ריין; זיין אהבה איז פארמישט מיט אייגענע רצונות, זיין יראה איז נישט בשלימות, און זיין עבודה איז נאכנישט בלתי לה'. דורך די נענועים הייבט מען אויף די השגות פון איין מדריגה צו א העכערער מדריגה, פון דעת צו א העכערער דעת, ביז צום ערשטן שורש. דערנאך ברענגט מען עס צוריק אראפ אינעם הארץ, צוזאמען מיט א נייעם און גרעסערן אור פון אויבן.

וועגן דעם שאקלט מען דעם לולב אויף ארויס און דערנאך ברענגט מען עס צוריק צו זיך, ווייל מען הייבט אויף די אייגענע עבודה צום מקור, און נאכדעם איז מען ממשיך א העכערן אור צו דער אייגענער נשמה. אזוי איז דער איד זוכה צו נייע השגות, סיי אין 'דעת עליון' און סיי אין 'דעת תחתון'.

דינען דעם אויבערשטן מיט דער ריכטיגער כוונה

צו מבאר זיין אביסל די עבודת הנענועים: דער ערשטער נענוע איז צו דרום, וואס איז די בחינה פון חסד און אהבה. דאס הייסט אז דער איד איז מעורר זיין רצון, צו בעטן אז זיין אהבת ה׳ זאל זיין בדרך אלקות — נישט אן אהבה פון זיינע אייגענע השגות, נאר אן אהבה וואס קומט פון אלקות. דאס איז די עבודה פון יחודא עילאה: צוצוגיין צו יעדער דבר שבקדושה מצד דעם רבוש"ע, און משתוקק זיין אז די עבודה זאל אויסזען וויאזוי דער אויבערשטער וויל.

לדוגמא, אין עבודת ה׳ זענען פאראן צוויי סארט מענטשן. איינער דינט דעם אויבערשטן לשם עבודת ה׳ — ווייל דער רבוש"ע האט געהייסן אז מען זאל אים דינען. דער צווייטער דינט דעם אויבערשטן מיט דער העכערער כוונה צו זיין דבוק אינעם 'חי החיים'. דער חילוק צווישן זיי קען זיין נורא ועצום. ווייל אויך איינער וואס וויל דינען דעם אויבערשטן קען אמאל אריינפאלן אין אן עבודה וואס דרייט זיך באמת ארום אים אליין.

למשל אויב דער מענטש האט ביי זיך אפגעמאכט אז דביקות בה׳ מיינט אז מ'דארף זיך אפשיידן פון אלע תאוות עולם הזה. ער ארבעט שטארק אויף פרישות, ביז דאס ווערט ביי אים דער גאנצער יסוד פון עבודת ה׳. אודאי זענען געווען צדיקים וואס האבן זיך פורש געווען פון תאוות עולם הזה. אבער דער חילוק איז זייער גרויס. ביים יענעם מענטש איז דער עיקר דגוש בלויז אויף פרישות, דעריבער קען ער אנקומען צו טעותים אין דער עבודה, צום ביישפיל אויב ס'קומט אן דער ליל הסדר פסח ביינאכט, און צוליב זיין גרויסער פרישות וויל ער נישט עסן קיין מצה און נישט טרינקען די ארבע כוסות, ווייל ער האט מורא אז ער וועט נתגשם ווערן... למעשה האט ער יעצט געטון דעם היפוך פון רצון ה', און דאס איז מגלה אויף למפרע, אז זיין גאנצע עבודה איז נישט געווען בלויז לשם קונו, נאר צוליב זיין אייגענער עבודה. ער האט אליין מחליט געווען וואס דביקות מיינט און וואס זענען די כללים פון דביקות און ער מיינט אז ער דינט דעם אויבערשטן, אבער באמת איז ער געווען דבוק אין זיין אייגענעם הבנה פון עבודת ה׳.

סוכה און לולב גיבן דעם ריכטיגן דעת אין קיום המצוות

ביי די צדיקים איז פונקט פארקערט. דער צדיק האט נישט קיין באזונדערן ענין אין פרישות מצד די זאך אליין. ער איז אזוי שטארק דבוק אינעם אויבערשטן, אז ער ווערט ממילא מופרש פון די תאוות עולם הזה. נישט ווייל ער איז פארנומען אז עס איז דא תאוה און גשמיות און ער דארף אנטלויפן דערפון, נאר צוליב זיין גרויסער דביקות אינעם 'חי החיים' איז ער זיך אויטאמאטיש מתרחק פון דברים גשמיים.

דאס דארף זיין 'נר לרגליו' פון יעדן מענטש: אז די עבודה זאל זיין לשם קונו, נישט צו דינען זיך אליין. דורך דער מצוה פון ישיבת סוכה, וואס איז די בחינה פון יחודא עילאה, קען דער מענטש מקבל זיין דעם אמת'ן הבנה וויאזוי די מצוות דארפן געטון ווערן מצד דעם רבוש"ע. דערנאך, ביי די נענועים פונעם לולב, ברענגט דער מענטש אריין דעם אור אין דער בחינה פון יחודא תתאה, אין זיינע אייגענע מידות, אז אויך זיין אהבה און יראה זאלן זיין אויפ'ן דרך האמת און נישט חלילה פארקערט פונעם רצון ה׳.

ד - ולקחתם לכם ביום הראשון

די עבודת היום אויף למעשה

א סדר פונעם אור מקיף ביז'ן אור פנימי

קומט אויס, אז די מצוות פונעם יום טוב סוכות ארבעטן מיט א קלארן סדר: דער אור מקיף פון דער סוכה קומט בעפאר דעם אור פנימי פונעם לולב. קודם ווערט מען ארומגענומען מיט דעם הויכן 'דעת עליון', און נאכדעם קען מען דאס אריינשיינען אין הארץ אז ס'זאל זיין א 'דעת תחתון'.

די ערשטע נאכט יום טוב קומט אריין דער 'אור מקיף' פון חסד, די מידה פון אברהם אבינו, און צומארגנס אינדערפרי, ביי נטילת לולב, קומט אריין דער 'אור פנימי' פון חסד. די צווייטע נאכט קומט אריין דער 'אור מקיף' פון גבורה, די מידה פון יצחק אבינו, און אינדערפרי באקומט מען דעם 'אור פנימי' פון גבורה, און אזוי ווייטער ביז הושענא רבה, וואס איז די בחינה פון מלכות.

משיג זיין די ליכטיגקייט פון אברהם אבינו

ליתר הרחבה: די ערשטע נאכט יום טוב, ווען א איד גייט אריין אין דער סוכה, איז דאס מעורר די מידות און מעשים פון אברהם אבינו — זיין אהבה צום אויבערשטן, זיין חסד און זיין מסירת נפש. א איד קען זיך מצייר זיין ווי אברהם אבינו קומט אריין אין זיין סוכה און געפינט זיך מיט אים. אמת׳ע צדיקים האבן זוכה געווען צו זען אברהם אבינו מיט זייערע הייליגע השגות; אבער אויך פאר א פשוט׳ן איד איז די עבודה פון אמונה זייער חשוב. ער גלייבט אז אברהם אבינו קומט צו אים, ער טראכט אריין אין זיין עבודה, און דורכדעם איז ער מעורר אין זיין הארץ אהבת ה׳.

דאס איז דער אור המקיף פון חסד. מ'ווערט ארומגענומען מיט די מדת החסד. אבער דער אור איז נאכנישט אינגאנצן אריין אין דער פנימיות. הערשט שפעטער, סוכות אינדערפרי, ביי נטילת לולב און די נענועים, ברענגט מען דעם אור החסד אריין אין דעם אייגענעם נפש. מען איז ממשיך די עבודה פונעם דעת ביז די מעשים. – דער לולב איז דער אור פנימי, וואס מאכט אז די מידה זאל נישט בלויז בלייבן א הויכער אור מקיף וואס נעמט ארום, נאר עס זאל ווערן א טייל פון דעם פנימיות'דיגן לעבן, און מ'זאל עס מקיים זיין אין די מעשים.

עבודת הנענועים - יעדע מידה איז כולל אלע מידות

דער כלל איז שטענדיג, אז יעדע מידה איז כלול פון אלע אנדערע מידות. אין חסד איז פאראן חסד שבחסד, גבורה שבחסד, תפארת שבחסד, א.א.וו. ווען מען וואלט נאר געדארפט ממשיך זיין די עצם מידה פון יענעם טאג, וואלט געווען גענוג דעם ערשטן טאג צו שאקלען בלויז צו דער רעכטער זייט, וואס איז חסד; דעם צווייטן טאג בלויז צו דער לינקער זייט, וואס איז גבורה; און אזוי ווייטער.

אבער וויבאלד יעדע מידה איז כולל אלע מידות, מאכט מען יעדן טאג נענועים צו אלע זעקס ריכטונגען. דעם ערשטן טאג איז דער נענוע צו דער רעכטער זייט חסד שבחסד; דער נענוע צו דער לינקער זייט איז גבורה שבחסד; און אזוי ווייטער מיט תפארת, נצח, הוד און יסוד שבחסד. (די זיבעטע בחינה, מלכות שבחסד, איז דער מענטש אליין, וואס איז מקבל די אלע השפעות. דעריבער דארף מען נישט מאכן א באזונדערן נענוע צו א זיבעטער זייט).

דעם צווייטן טאג באקומט מען אין דער סוכה דעם אור המקיף פון גבורה, די מידה פון יצחק אבינו. צומארגנס ביי נטילת לולב ברענגט מען אריין דעם אור פנימי פון גבורה אין אלע אירע בחינות — חסד שבגבורה, גבורה שבגבורה, תפארת שבגבורה, א.א.וו.

אזוי גייט עס יעדן טאג פון סוכות. ביינאכט אין דער סוכה באקומט מען דעם אור המקיף פון דער מידה, און אינדערפרי ביים לולב ברענגט מען דעם אור אריין אין דער פנימיות. הושענא רבה קומט מען צו דער בחינה פון מלכות. אויך מלכות איז כלול פון די זעקס מידות, און דעריבער מאכט מען ווייטער די זעקס נענועים, כדי דער אור זאל דורכדרינגען אלע פרטים פון דער מידה.

די עבודה פון די הושענות – מכיר זיין אז אלעס איז פון השי"ת

נאכדעם וואס א איד האט מקבל געווען דעם 'אור מקיף' אין דער סוכה און ממשיך געווען דעם 'אור פנימי' דורך הלל, לולב און די נענועים, קומט מען צו דער העכערער עבודה פון די הושענות און הקפות.

דער עיקר פון סוכות איז דאך אמונה. צוערשט האט מען די אמונה אז די אושפיזין קומען אריין אין דער סוכה, צו מעורר זיין דעם אור המקיף פון דעת עליון. דערנאך האט מען די אמונה אין דער עבודה פון הלל, לולב און די נענועים וואס ברענגט אריין דעם אור פנימי פון דעת תחתון. און שפעטער קומט מען אן צו דער העכערער עבודה פון די הקפות און הושענות, ווען מ'איז מגלה דעת אז אלע השגות פונעם מענטש, און אלעס וואס ער קען נאר אמאל משיג זיין, זענען כאין וכאפס קעגן די אמת'ע עבודת ה'. ווי גרויס דער מענטש זאל נאר זיין, מוז ער אנקומען צו דער הילף פונעם אויבערשטן; אן דעם קען ער גארנישט טון.

נאך אלע עבודות דארף מען סייעתא דשמיא

דאס איז דער טיפער געשריי פון 'הושענא': אונז האבן טאקע מקבל געווען א גרויסן אור און מ'האט עס אריינגעברענגט אין די מדות, אבער מיר זענען מכיר אז אן קיין סייעתא דשמיא קענען מיר נישט זוכה זיין צו גארנישט!

דערפאר מאכט מען די הקפות נאכן לולב און הלל. קודם ברענגט מען אריין די פנימיות׳דיגע חסדים דורך נטילת לולב און די נענועים ביי הלל, און דערנאך קומט די העכערע עבודה פון די הושענות — די הכרה אז דער מענטש איז אינגאנצן אנגעוויזן אויפ'ן אויבערשטן אליין.

ה - עולמך תראה בחייך

נישט אלעמאל שפירט מען דעם אור אויפ'ן פלאץ

אמונה איז העכער פון ראיה

אוודאי זענען פאראן גאר אסאך מדריגות ביי מענטשן, און נישט יעדער איינער איז זוכה צו דער זעלבער השגה, אבער יעדער איד קען מקבל זיין אן הארה לויט זיין בחינה און לויט זיינע כלים, און אפילו ווען א איד שפירט גארנישט, זאל ער וויסן אז די אלע אורות און דעת דקדושה קומט אויך אראפ צו אים. ווי הרה"ק מקאצק זי״ע האט געזאגט: "צדיקים זעען די אושפיזין, אבער א איד וואס גלייבט באמת אז זיי קומען, איז אויף א העכערע מדריגה — ווייל אמונה איז העכער פון ראיה"!

נישט מעסטן די מצוה לויט וויפיל מען שפירט

ס'איז זייער וויכטיג צו וויסן און געדענקען: ווען א איד איז מקיים א מצוה און איז ממשיך א הייליגן אור, מוז נישט זיין אז ער וועט דאס תיכף ומיד שפירן. צומאל וועט דער אור נתגלה ווערן גלייך אויפ'ן פלאץ, און אמאל געדויערט דאס נאך א לאנגער צייט, ווי דער בעל הסולם זי״ע האט געזאגט, אז דער גרעסטער טאג פונעם יאר איז טאקע יום הקדוש, אבער פונדעסטוועגן זענען דא צדיקים וואס זענען משיג די אורות פון יום כיפור דווקא תשעה באב! דאס איז פון די סודות עמוקים מכבשונו של עולם. אמאל וויל מען פון הימל אז דער מענטש זאל תיכף שפירן דעם אור, כדי אים צו מחזק זיין, אבער אמאל האלט מען עס צוריק פאר א קורצע צייט, און אמאל פאר גאר א לאנגע צייט, ואין אתנו יודע עד מה.

נאכמער: אויב דער מענטש טראכט און קוקט ארויס אז ער מוז שוין יעצט שפירן דעם אור, קען דאס זיין א דקות׳דיגע בחינה פון 'שלא לשמה', ווייל למעשה זוכט ער צו באקומען די השגה און די תענוג. די אמת'ע עבודה איז צו געדענקן אז אלעס קומט פון הימל און דער רבוש"ע שיקט אראפ דעם אור פאר יעדן איינעם אין די צייט ווען ער דארף עס באקומען.

ואני אמרתי לריק יגעתי

צומאל האלט מען צוריק די השגה כדי דער מענטש זאל ווייטער הארעווען און זיך אנשטרענגען, ווי רבי חיים וויטאל ז"ל שרייבט, אז ער האט אמאל מתקן געווען א געוויסן יחוד און עס איז אים גארנישט נתגלה געווארן. האט ער נאכדעם געמאכט נאך א יחוד, און דעמאלט האט ער יא געהאט דעם גילוי. מ'האט אים געזאגט פון הימל, אז בכוונה האט מען אים נישט מגלה געווען ביים ערשטן יחוד, ווייל מען האט געוואלט אז ער זאל אויך מאכן דעם צווייטן יחוד.

אזוי זאגט דער מדרש (בראשית רבה סב, ב), אז פאר דער הסתלקות פון רבי אבהו האט מען אים געוויזן דרייצן טייכן פון אפרסמון. האט רבי אבהו זיך געוואונדערט: 'כל אילין דאבהו? ואני אמרתי לריק יגעתי' — דאס הייסט אז אפילו פון גרויסע צדיקים קען מען באהאלטן די השגה, כדי זיי זאלן ווייטער דינען דעם אויבערשטן מיט יגיעה און עמל העבודה.

דאס איז אויך די כוונה פון דער ברכה (ברכות יז, א): 'עולמך תראה בחייך' — אז מען זאל זוכה זיין צו די אורות אויך בעולם הזה. ווייל דער עיקר השגה איז בעולם הבא, און מען דארף האבן א באזונדערע זכיה עס צו זען און שפירן אויך דא אויף דער וועלט. מ'טאר נישט אפשאצן די עבודה לויט דעם וואס מ'שפירט יעצט. קיין שום אמת׳ע יגיעה ווערט נישט פארלוירן. דער אור וועט זיכער נתגלה ווערן שפעטער.

More in this printout

View the whole printout