די פנימיות'דיגע מחלוקה אויב מ'מאכט א ברכה אויף 'בויען א סוכה'
דער ירושלמי (ברכות פ"ט ה"ג) זאגט: העושה סוכה לעצמו אומר ברוך אשר קידשנו במצותיו וציונו לעשות סוכה, אבער אין בבלי (סוכה מו, א. מנחות מב, א) זעט מען אז מען מאכט נישט קיין ספּעציעלע ברכה אויפ'ן בויען א סוכה.
בפשטות האלט דער בבלי אז דאס בויען א סוכה איז נאר א 'הכשר מצוה', ווייל אין פסוק שטייט דאך נישט אז מ'זאל מאכן א סוכה, נאר אז מ'זאל זיצן אין סוכה - בסוכות תשבו. ווידער דער ירושלמי האלט אז עשיית סוכה אליין איז אויך א מצוה און דעריבער מאכט מען א ברכה דערויף. (ועיין בשו"ת אבני נזר או"ח סימן תנ"ט).
מ'קען פארשטיין די פנימיות המחלוקת, לויט ווי ס'איז שוין נתבאר געווארן (בשם הרמ"ז בהגהותיו שבסוף מבוא שערים אות ב') אז דער תלמוד בבלי איז פונעם שורש פרצוף רחל - די בחינה פון 'עלמא דאתגליא, עולם הדיבור והמעשה', וואס איז קעגן דעם חלק המעשה בפועל פון יעדע מצוה. און דער תלמוד ירושלמי איז פונעם שורש פרצוף לאה - וואס איז די בחינה פון 'עלמא דאתכסיא - עולם המחשבה', וואס איז קעגן די כוונת המצוה.
אינעם 'עולם המעשה' ווערט נקבע די מצוה נאר ווען מ'איז עס מקיים בפועל. און פאר'ן קיום המצוה דארף מען דאך נישט דוקא בויען א סוכה, אויב מ'האט א געבויעטע סוכה קען מען פּונקט אזוי מקיים זיין מצוות ישיבת סוכה בשלימות. דערפאר, לויט'ן שיטת הבבלי, איז נישטא קיין מצוה צו בויען א סוכה, ווייל דאס מאכט נישט קיין חילוק כלפי די קיום מעשה המצוה.
אבער דער ירושלמי איז קעגן עולם המחשבה, וואו מ'קוקט אויף די כוונת המצוה, אויב מ'האט דאס מקיים געווען מיט גוטע מוחין. און לגבי די מוחין פון דער מצוה איז אודאי דא א גרויסער חילוק אויב דער מענטש האט זיך געפּלאגט צו בויען א סוכה מיט די אייגענע הענט, וואס די יגיעה דערפון איז מעלה און מזכך די מוחין, כדי מ'זאל קענען שפּעטער מקיים זיין מצוות סוכה מיט העכערע מוחין, אסאך מער ווי איינער וואס האט בלויז געטראפן אן אויפגעשטעלטע סוכה וואס ער האט זיך בכלל נישט געמוטשעט דערויף. דעריבער דארף מען לויט'ן ירושלמי יא מאכן א ברכה.