Skip to content
נטפי מטר

ברקיס למטרה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אידיש מוסר בליצן און השקפה

בלשון כ"ק מרן שליט"א

ולקחתם לכם: ארייננעמען די מצוה אין פנימיות ווי א קנין

ביי די ד' מינים שטייט 'ולקחתם' לכם (ויקרא כג, מ), וואס דער לשון קען מיינען קויפן - קונה זיין, פארוואס שטייט נישט אין די תורה א לשון נטילה? וואס נטילה איז מער דער לשון פון נעמען, וואס דאס איז דאך די עיקר מצוה. נאר קען זיין דער ענין, ס'שטייט אין מדרש (ויק"ר ל, א) אז דער פנימיות פון די מצוה איז 'קחו' מוסרי ואל כסף (משלי ח, י), מען דארף האבן א קנין, וואס א קנין איז א דבר פנימי וואס מ'איז קונה באיכות, נישט נאר וואס מען כאפט אן בלויז בחיצוניות. די ד' מינים ווייזן אויף די קדושה פון די אויגן, די קדושה פונעם מח, די קדושה פונעם הארץ, די קדושה פונעם מויל. און מען דארף דאס ארייננעמען און קונה זיין א קנין, ולקחתם' - נישט בלויז נטילה מבחוץ.

למען ידעו: וויסן און שפירן

און די זעלבע איז מיט מצות סוכה, איבעראל שטייט אין די תורה א לשון 'זכרון', און דא שטייט 'למען ידעו' (ויקרא כג, מג), ס'איז גרויסער חידוש, און ס'איז נישט מצוי כמעט. נאר 'למען ידעו' מיינט אז מ'וועט בפועל וויסן איצט, נישט נאר געדענקען א זאך פון אמאל, ווייל דער אייבערשטער האט געגעבן די סוכה, אז אין די מצות סוכה גייט אריין די שמירה פון די סוכה, דער גרויסער אור פונעם שעבוד צום אייבערשטן, דאס אז מען לעבט אין אנדערע ד' אמות ווי די גוים, מען לעבט אונטער'ן אייבערשטן, מען פאלט נישט אריין אין די טומאה פון דער וועלט, דאס דערשפירט מען, און דאס גייט אריין אין הארץ דורך די סוכה. דאס איז דער 'למען ידעו', נישט נאר א זכרון אין מח געדענקען די סוכה, נאר וויסן און פילן די סוכה. (הושע"ר תש"פ)

דורך די ברכה בלייבט אין הארץ די אור

די כח פון יו"ט סוכות איז דאך זייער גרויס, ס'קומט אריין די שפע, וועגן דעם זאגט מען אין די יהי רצון 'רב ברכות'. מ'זאגט דאס סיי ביי סוכה און סיי ביי ד' מינים, ס'איז נישט אזוי רגיל ביי אנדערע תפילות אויף מצות אז מ'זאל נוצן דאס לשון 'ברכות', ביי תפילין און ציצית זעט מען דאס נישט, און דא סיי ביי ד' מינים און סיי ביי סוכות ביי ביידע שטייט דאס לשון ברכות, ווייל ברכות איז די שפע וואס קומט אראפ, ס'איז מאה ברכאן אויבן און מאה ברכאן אונטן, און דורך דעם וואס מ'מאכט די ברכה, איז מען מוריד די שפע, און ס'בלייבט אין הארץ די אלע השפעות וואס קומען מיט די ברכה, און אזוי בלייבט מען א איד, און מ'ווערט נישט איינגעטונקען אינעם גשמיות. (הושע"ר תשפ"ד)

More in this printout

View the whole printout