בסוד ישרים ועדה
לכבוד די מערכת פון דעם וואונדערליכן גליון "השגחה פרטית" און די חשוב'ע לייענער,
קודם כל, וויל איך זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע פלאטפארמע וואס געבט מיר די מעגליכקייט מקיים צו זיין דעם פסוק "ובתוך רבים אהללנו".
די מעשה וואס איך וויל דערציילן האט פאסירט אין די שול אין סענט מאריץ, שווייץ, מוצאי שבת פרשת עקב תשפ"ו: איך האב געהאלטן אינמיטן דאווענען מעריב, און איך בין געווען פארטון אין דעם דאווענען, בשעת וואס אינדרויסן האבן גויים געמאכט פייערקרעקער"ס – אזוי ווי די ארטיגע בירגער פייערן זייערע חגאות. פונקט אין די צייט וואס מיינע ליפן האבן געשעפשעט די הייליגע ווערטער פון דאנקבארקייט "ולך נאה להודות", האט א גוי'יש קינד אריינגעווארפן א ברענעדיגע פייערקרעקער אין בית המדרש אריין. דאס פייערקרעקער איז אריבערגעפלויגן דעם גאנצן שול און איז אנגעקומען ביז צום אנדערן עק, פונקט דארט וואו איך בין געשטאנען און געדאווענט. מיין רעקל האט אנגעהויבן ברענען, און אויך מיין העמד. איך בין אריינגעפאלן אין א גרויסע פאניק. ווער ווייסט וואספארא אומגליק עס וואלט געקענט ח"ו פאסירן צו מיר, אויב דאס פייער וואלט זיך חלילה אנגעכאפט אין מיין קערפער. אבער עס איז דא איין איינציגער ליבער באשעפער וואס ער היט פון אויבן, און פונקט אין די מינוט ווען איך האב אים געדאנקט, האט ער טאקע פאקטיש מיר באהיטן און עס איז צו מיר גארנישט געשען – אפילו נישט קיין קליינע בראנד-וואונד. פונקט בשעת'ן זאגן "הטוב שמך" – האב איך זוכה געווען בחוש צו זען די גרויסע גוטסקייט און חסדים פון באשעפער.
מיט לויב און דאנקבארקייט צום באשעפער, און א תפילה צו זיין הייליג נאמען אז מיר זאלן טאקע שטענדיג זוכה זיין צו זען מיט די אייגענע אויגן די ליכטיגע השגחה פון באשעפער,
משה בן הרב ישראל מאיר קאפלין שליט"א אייניקל פון דעם גדול בתורה וביראת שמיים בעל "כתר דוד" זצ"ל