Skip to content
השגחה פרטית

נאך צען יאר

  • Vayeitzei
  • 5787
  • Yiddish
View printout

צו מיינע עלטערן אינדערהיים, פלעגט אפט אריינפאלן א איינזאמע עלטערע אלמנה. אין אנפאנג, פלעגט זי נאר קומען אמאל אמאל, אבער מיט די צייט איז זי געווארן ממש ווי א חלק פון די משפחה. זי פלעגט קומען צו אונז אויף סעודות שבת און מיטגעהאלטן מיט אונזער פאמיליע אלע ימים טובים און שמחות. ווען זי האט צוגעזען די אטמאספערע ביי אונז אינדערהיים, האט זי שנעל אויפגעכאפט אז מיין טאטע איז א גרויסער תלמיד חכם, וואס זיין גאנצע לעבן איז נאר הרבצת תורה.

כאטש וואס ער האט זייער געוואלט העלפן פינאנציעל די מוסדות וואו ער האט געלערנט, האט ער זיך נישט פארנומען מיט קיין פאנדרעיזינג. דאס איז צוליב איין מאל וואס ער האט יא פרובירט צו שאפן געלט, אבער ער האט שנעל געזען אז ער טויג נישט דערצו, און ער דארף עס איבערלאזן פאר די מומחים... ווען ער וואלט נאר געקענט, וואלט ער זיך אפילו אליין געעפנט א כולל, אבער ער האט פשוט נישט געוואוסט פון וואו ער וועט נעמען דאס געלט דערצו.

איין טאג האט די עלנדע פרוי געבעטן צו רעדן מיט מיין טאטע. זי האט אים דערציילט אז זי האט א גרויסע ירושה פון אירע עלטערן. פאר זיך האט זי נישט וואס צו טון מיט דאס גאנצע געלט; זי פירט זיך א באשיידענעם לעבן און דארף נישט קיין לוקסוס. און דערפאר, האט זי זייער חשק צו ניצן דאס געלט פאר מצוות — און טאקע ווי מער.

"און דערפאר וויל איך אייך בעטן, אז איר זאלט עפענען א כולל ערב, און דארט איבערגעבן שיעורים, און איך וועל מיטן אייבערשטנס הילף צאלן פאר די אינגעלייט יעדן חודש."

אויף עפעס בעסער ווי דעם, וואלט זיך מיין טאטע נישט געקענט ריכטן! ער האט זוכה געווען צו קענען משפיע זיין פון זיין תורה, ללמוד וללמד. ער האט געלערנט און מדריך געווען טייערע יונגעלייט אין דעם דרך הלימוד אינעם כולל. די פרוי האט געטריי געשטיצט דעם כולל און אריינגעלייגט דאס געלט יעדן חודש, און זי האט טאקע זוכה געווען צו מרבה זיין תורה אויף א מורא'דיגן אופן.

צען יאר זענען פארביי. איך בין דעמאלט געווען א חתן, גלייך פאר מיין חתונה, און איך בין געפארן מיט מיין טאטע צו איינע פון די שטעט אין דרום ארץ ישראל אויף צו איינקויפן פאר מיר א דירה. מיר זענען שוין געזעסן מיט'ן מעקלער, ווען מיין טאטע'ס טעלעפאן האט זיך צעקלינגען.

אויף די טעלעפאן איז געווען יענע עלנדע פרוי. זי האט זיך אנטשולדיגט, און געזאגט אז דאס געלט איז איר שוין אויסגעגאנגען; זי האט מער נישט קיין געלט אויף צו צאלן פאר'ן כולל.

דאס איז עס — געענדיגט! די צען זאטע יארן זענען אריבער, און דער כולל איז אין געפאר פון זיך פארמאכן.

מיין טאטע האט איר געענטפערט מיט פאסיגע ווערטער, און דער מעקלער האט גלייך געכאפט וואס דא גייט פאר. "איר זענט א ראש כולל?" האט ער געפרעגט. "און די הכנסה האט זיך געענדיגט?" האט ער ווייטער געפרעגט. "א שאד, א גרויסער שאד," האט דער מעקלער געזאגט "אז א כולל זאל זיך פארמאכן צוליב געלט. איך וויל אויסצאלן אייער כולל. וויפיל יונגעלייט לערנען דארט? וויפיל געלט פעלט זיך אויס?"

זיי האבן אנגעהויבן רעדן איבער די געברויכן פון דעם כולל, און ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז דער מעקלער איז געווען א גרויסער עושר מיט אסאך אייגענע פארמעגנס. מיין טאטע, וואס האט קיינמאל נאכנישט מצליח געווען צו שאפן קיין געלט, האט ווייטער אנגעפירט מיט'ן כולל פאר נאך צען גאנצע יאר, ווען די געהאלט פאר צען יונגעלייט ווערט בקביעות באצאלט דורך דעם ברייטהארציגן מעקלער.

דער אייבערשטער זאל אים באצאלן פאר זיינע מעשים טובים און אים העלפן ווייטער מרביץ תורה זיין, להגדיל תורה ולהאדירה.

More in this printout

View the whole printout