ר' יצחק ג. פון בית שמש דערציילט: איך בינד ציצית פאר א פאבריק אין ירושלים. יעדע מאל איך ענדיג צען ציצית לייג איך עס אין א באזונדערע פעקל, און אזוי שיק איך עס צוריק צום פאבריק, צען אין יעדע פעקל.
צומאל איז מיר גרינגער צו ארבעטן אויף א גרעסערע צאל פון פערציג ציצית אויף אמאל און נאכדעם עס צעטיילן צו פיר פעקלעך.
איין טאג באקום איך א טעלעפאן רוף פונעם בעל הבית: "דו בינדסט זייער גוט," האט ער מיר געזאגט, "אבער מאך זיכער צו לייגן פונקטליך צען ציצית אין יעדע פעקל. דו האסט מיר דא געשיקט א פעקל פון צוועלף, און עס צעמישט די גאנצע סדר."
מאדנע. איך פרוביר אייביג צו זיין זייער פינקטליך. " ביטע אנטשולדיגט," האב איך געזאגט, "איך וועל זיכער מאכן אז עס זאל נישט נאכאמאל פאסירן אזא טעות."
עטליכע מינוט שפעטער, רופט ער מיר נאכאמאל. "זאג נאר," האט ער געפרעגט, "דו האסט אפשר פונקט פארלוירן א ברעיסלעט?"
"נישט וואס איך ווייס."
"ביסט זיכער? אינעווייניג אין איינע פון די פעקלעך וואס דו האסט געשיקט, האב איך געפונען א ברעיסלעט וואס זעט אויס ווי גאלד, באצירט מיט דיאמאנטן." ער האט מיר געשילדערט דעם ברעיסלעט, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז טאקע מיין ווייב'ס ברעיסלעט. איך האב אים געבעטן ער זאל עס אפהיטן פאר מיר און מיר עס צוריקשיקן די קומענדיגע מאל ער שיקט מיר נאך ציצית צו קניפן, און אזוי איז אונזער טייערע אבידה צוריקגעקומען צו אונז, נאך פארן וויסן אז מיר האבן עס פארלוירן.
יעצט האב איך זיך געכאפט וואס פאר א מורא'דיגע השגחה פרטית דא האט פאסירט. ערשטנס, מיין זעלטענע טעות — צו לייגן צוועלף ציצית אין א פעקל אנשטאט צען. צווייטנס, אז דאס פעקל פון צוועלף איז געווען דאס ערשטע פעקל וואס דער בעל הבית האט באשלאסן איבערצוציילן, און וועגן דעם האט ער באשלאסן ווייטער צו איבערקוקן אלע אנדערע פעקלעך. ווען ער טרעפט ווען נישט דעם ערשטן פעקל מיט די איבריגע ציצית, וואלט ער קיינמאל נישט געזוכט אין די אנדערע פעקלעך.
אזוי ארום, האט דער טעות געפירט צום געפינען פון די אבידה און מיר געראטעוועט פון גרויס עגמת נפש. און נאך פאר איך האב בכלל געוואוסט אז די צירונג איז פארלוירן, איז עס שוין געפינען געווארן.