אבטח בך
מאמר חיזוק ממשפיעי קו השגחה פרטית
הרה”ח ר’ דוד קלצקין שליט”א
מיר האבן געלערנט אין די פריערדיגע שיעורים ווי דער בעל "חובות הלבבות" וויל אונז קלאר מאכן פארוואס מען קען זיך אויף קיין פאל נישט פארלאזן אויף א בשר ודם. נאך פאר ער קומט בכלל צו צו די נושא אונז צו איבערצייגן אז מ'דארף און מ'קען זיך יא פארלאזן אויפן באשעפער, וויל ער אויסשליסן אלע אנדערע מעגליכקייטן וואס א מענטש קען זיך איינרעדן. דאס מאל וועלן מיר אביסל ארומרעדן וועגן די נושא פון געלט און עשירות.
ווען א מענטש וויל זיך פארלאזן און אנהענגען זיינע האפענונגען אויף עפעס א געוויסן זאך, מוז ער זיך פארלאזן אויף איינער וואס קען גאראנטירן אויף הונדערט פראצענט אויסצופירן זיין התחייבות. כאטש וואס א רייכער מענטש מיט פיל פארמעגן האט אסאך וועגן וויאזוי ער קען זיך גאראנטירן אז ער וועט קענען האלטן ווארט און זיך איינהאנדלען וואס ער גלוסט און וואס ער וויל, אבער נאך אלעמען –געלט איז נישט קיין זיכערע זאך. מען קען עס דערלייגן אין כל מיני ביזנעס טעותים, עס קען צוגרינד גיין דורך נאטורליכע אומגליקן, און עס קען פארגיין מיטן רויך אן קיין שום פריערדיגן ווארנונג.
איוב האט זיך אפגערעדט, אז עס זענען דא מענטשן וואס גייען שלאפן רייך, און ווען זיי עפענען די אויגן אינדערפרי, טרעפן זיי זיך פלוצלינג ארעם ווי די נאכט אן קיין שום געלט אדער פארמעגן. אויב מ'הערט אפילו נאר אביסל אויס די נייעס, איז לייכט צו מיטהאלטן און זען ווי אפט דאס פאסירט. בום – די באנק האט אנגעזעצט. בום – די סטאקס האבן געטראסקעט. בום – איינער האט באנקראטירט. דאס אלעס זענען מעשיות וואס מ'האלט אין איין הערן.
דער חפץ חיים האט אמאל געשמועסט מיט א גביר אדיר, וועלכער האט זיך גרויס געהאלטן און געטענה'ט אז ער איז אינגאנצן פארזיכערט מיט זיין פארמעגן, און ער האט בכלל נישט מורא אז ער וועט ביי זיין לעבן פארלירן זיין עשירות. "איך האב דאך מיליאנען," האט דער עשיר זיך אויסגעדריקט מיט א געוואלדיגע זיכערקייט, "און איך בין ווייט נישט קיין נער. מיין געלט ליגט נישט קאנצענטרירט אין איין איינציגע סעיף אין איין באנק; איך האב צעטיילט מיין געלט אין אסאך אנדערע בענק. אזוי אז אפילו אויב איין באנק וועט באנקראטירן, זענען דא מיליאנען אין די צווייטע באנק, און אויסער דעם האב איך צעשפרייט מיין געלט אין בענק איבער די גאנצע וועלט: אין שווייץ, אין אמעריקע, אין פוילן, און וואו נאך דו ווילסט נאר. ס'איז נישטא קיין שום אויסזיכט אז איך זאל ביי מיין לעבן דערלייגן מיין געלט, ריכטיג?"
דער חפץ חיים האט זיך צעשמייכלט. "מיין טייערער ברודער," האט ער אים געזאגט מיט ווארעמקייט, "ווער זאגט דיר אז כדי דער פסוק זאל מקוים ווערן, דארף דער רבונו של עולם מאכן אז פינף-און-צוואנציג בענק זאלן קראכן און באנקראטירן? דער באשעפער פון די וועלט קען מקיים זיין דעם פסוק אין משלי אויך אויף גאר אן אנדערן אופן. אויב ער וויל דווקא, חלילה, קען ער פשוט אפטיילן צווישן דעם מענטש און זיין געלט אויף גאנץ אן אנדערן אופן. דאס געלט וועט ווייטער בלייבן רואיג ליגן אין די באנק, אבער דער בעל הבית דערפון וועט שוין מער נישט זיין אויף דער וועלט. ווי עס קווקט אויס האסטו אויף דעם שוין נישט געטראכט..."