Skip to content
השגחה פרטית

דרייפאכיג

  • Vayeitzei
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א. ד. פון רמת אשכול אין ירושלים דערציילט: איך האב א ברודער וואס וואוינט אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע, זיין נאמען איז הרב אבישי. ער איז א געוואלדיגער תלמיד חכם וואס זיצט אין כולל און הארעוועט אין לערנען, און ער איז זוכה געווען צו זיין פון די "יושבי אוהל". ער איז אויך א טאטע פון א גרויסע משפחה, קע"ה, און זיי וואוינען שוין יארן לאנג אין די זעלבע דירה וואס איז שוין פון לאנג אויסגעוואקסן פון צו קענען אקאמעדירן די קינדער וואס וואקסן אונטער. ס'איז שוין געווארן אזוי ענג אז ס'איז שוין פשוט נישטא קיין פלאץ פאר גארנישט; מ'דארף דאך האבן וואו צו לייגן די ספרים, די קליידער און די שפילצייג. מ'דארף האבן פלאץ זיך צו קענען רירן, פלאץ פאר בענקלעך ארום דעם טיש, און פלאץ פאר אלע בעטן, און בכלל, אויף צו קענען פירן דעם שטוב אויף א נארמאלן אופן.

זיין ווייב האט אים געמאלדן קורץ און שארף: "מיר מוזן האבן א גרעסערע דירה."

"וואס עפעס?" האט מיין ברודער געטענה'ט, "נישט יעדער איז זוכה צו תורה וגדולה במקום אחד. פארוואס זאלן מיר זיך נישט באגענוגענען מיט ווייניג?"

די פרוי האט אבער מסביר געווען אז דא רעדט מען נישט פון קיין לוקסוס; א דירה איז נישט נאר די ערד און די ווענט. אביסל א גרעסערע פלאץ מיינט לופט צו אטעמען, הרחבת הדעת צו קענען רואיג אויפהאדעווען די משפחה. זיי זענען געגאנגען צו א רב פארצולייגן די שאלה, און דער רב'ס פסק איז געווען: "ריכטיג, זיי דארפן האבן א גרעסערע דירה."

"אבער פון וואו וועל איך האבן די געלט דערצו?" האט

נישט דאגה'ן, נאר האבן בטחון אין אונזער רחמנות'דיגער פאטער!..." אזא סארט איז ער געווען, רבי בן ציון אבא שאול זצ"ל. ער האט קיינמאל נישט מורא געהאט, ווייל ער האט שטענדיג געהאט א פולקאמע רואיגקייט און בטחון אין באשעפער. ווי ער האט אמאל אליינס מעיד געווען אויף זיך ווען זיינע אייניקלעך און משפחה האבן גערעדט מיט שרעק איבער די סירענעס אין א צייט פון מלחמה: "מיין גאנץ לעבן האב איך קיינמאל נישט מורא געהאט, ווייל 'ה' רועי לא אחסר'!"

דער פערסישער אראבער איז געבליבן שטיין דארט, ווייזנדיג מיטן האנט אז ער ווארט אויף באצאלט... דער רב האט אבער נישט מסכים געווען. "לא תחנם" האט ער געזאגט, און ער איז גלייך ארויף אויף די טרעפ פונעם עראפלאן, וויסנדיג אז בלויז דער באשעפער אליין איז דער וואס האט אים אומגעקערט דאס בערזל.

ער געפרעגט. "ס'וועט זיין," האט דער רב געענטפערט, "פארלאז זאך אויפן באשעפער און טו דאס דייניגע צו קענען אריבערגיין צו א ברייטערע דירה."

מיין ברודער האט אנגעהויבן טאן דערין, אבער אן צו אויפגעבן אפילו איין מינוט פון זיין סדר הלימוד.

אינצווישן איז געשען א מורא'דיגע אנטוויקלונג. עס האט זיך פונקט דעמאלט אויפגעוועקט און אויפגעפרישט די פערסישע קהילה אין לאס אנדזשעלעס, און זיי האבן געזוכט צו בויען די קהילה און עס מער פאראייניגן. דער רב פון די פערסישע אידן האט אויפגעשטעלט א כולל, און ער האט געזוכט חשוב'ע יונגעלייט וואס זאלן קומען לערנען דארט. ער האט אויסגעפינען אז מיר שטאמען פון פרס'ישע אידן, און ער איז געקומען צו מיין ברודער, הרב אבישי, און אים געבעטן ער זאל קומען לערנען אין זיין כולל.

"ביי אונז," האט דער רב אים דערציילט, "צאלט מען דריי מאל מער ווי געווענליך!" דאס געלט וואס ער האט אנגעבאטן פאר'ן חודש'ליכן כולל-געהאלט האט זיך געהערט גאר פאנטאסטיש, אבער מיין ברודער האט זיך נישט געלאזט איבעררעדן. "איך האב זייער הנאה צו לערנען אין מיין יעצטיגן כולל," האט מיין ברודער געענטפערט, "איך בין דא זייער מצליח, און איך וויל נישט אוועקגיין."

דער רב איז שטארק נתפעל געווארן פון מיין ברודער'ס ענטפער. מ'האט געזען אז ער מיינט דא אינגאנצן נאר לשם שמים, ווייל ער האט נישט ווייטער פרובירט צו שלעפן אבישי צו זיין כולל, נאר אנשטאט דעם איז ער גאר געגאנגען צו מיין ברודער'ס ראש כולל און אים געזאגט: "איר האט נישט קיין אנונג וואס פאר א יונגערמאן איר האט דא! איך בין געקומען צו אים מיט א גאר שיינעם הצעה אז ער זאל קומען צו מיין כולל, און אים צוגעזאגט דריי מאל אזוי פיל געלט וויפיל איר צאלט אים, אבער ער האט נישט געוואלט! ער האט געזאגט אז ער לערנט דא גוט און ער וויל נישט טוישן. איר מוזט אים העכערן זיין געהאלט און אים צאלן דריי מאל ווי יעצט!"

די ווערטער האבן שטארק געכאפט דעם ראש הכולל, און ער איז טאקע איבערצייגט געווארן אז ס'איז ריכטיג צו העכערן די שטיצע פאר מיין טייערן ברודער, ער זאל קענען זיצן און הארעווען אין תורה מיט א רואיגקייט און מיט הרחבת הדעת.

כאטש וואס מיט די גאנצע הוספה איז עס נאך אלס ווייט נישט גענוג געלט צו קויפן א דירה, איז עס אבער געווען א שיינע התחלה מיט וואס אנצופאנגען. און פונקט ווי השי"ת האט געטאן דעם נס, אזוי וועט ער ווייטער טאן וואונדער און שיקן זיין גרויסע ברכה פאר מיין ברודער און פאר אלע אנדערע לומדי תורה און זייערע תומכים, אלע זאלן האבן רחבות'דיגע דירות, פרנסה בשפע און גרויס הצלחה!

More in this printout

View the whole printout