Skip to content
השגחה פרטית

די השקעה וואס איז געוואקסן מיט א מיליאן און דריי הונדערט טויזנט שקל

  • Vayeitzei
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מקבל זיין שוועריגקייטן באהבה, איז די גרעסטע ישועה. א איד דערציילט די פאלגנדע מעשה:

"איך בין בטבע א רואיגער מענטש, אבער וואס ס'האט צו מיר פאסירט האט מיר אינגאנצן ארויסגענומען פון די גלייכגעוויכט. מיין שכן איז מיר געקומען בעטן רשות ארויסצובויען צו זיין דירה. איך האב גערן מסכים געווען. עטליכע חדשים זענען אריבער, און איך זע ווי דער שכן בויט און בויט, כאילו איך עקזיסטיר בכלל נישט. ער האט מיר פארשטעלט די פרישע לופט און די זון-שיין, אויף אזא פארנעם אז די ווערד פון מיין דירה איז געפאלן מיט הונדערטער טויזנטער שקלים.

עס איז געווען פאר מיר א געוואלדיגע נסיון. צום סוף האט דער אויבערשטער באלויכטן מיינע אויגן, און איך האב מיר דערמאנט די ווערטער פונעם הייליגן אור החיים הקדוש אין פרשת ויגש: 'סמי דייסורי – קבולי' – די בעסטע רפואה פאר יסורים איז עס אויפצונעמען מיט ליבשאפט. איך האב באשלאסן זיך צו שטארקן מיט אלע כוחות, צו פטור ווערן פון דעם פארדרוס וואס איך האב געפילט. איך האב געארבעט אויף מיר, און איך האב כסדר געזוכט וועגן וויאזוי איך קען העלפן מיין שכן. איך האב אים געהאלפן סיי פינאנציעל און מיט סיי וואס איך האב נאר געקענט.

צוויי וואכן נאכדעם וואס איך בין בייגעשטאנען דעם נסיון, רופט מיר אן מיין חבר, א מעקלער, און ער טראגט מיר אן גאר א גוטע השקעה. איך האב אים פרובירט מסביר צו זיין אז איך האב נישט דאס געלט דערפאר, אבער ער האט פשוט נישט געוואלט נאכלאזן. ער האט מיר געדרוקט מיט אלע כוחות, ער האט מיר מסדר געווען א גוטע הלוואה פונעם באנק, און אזוי בין איך אריין אין די השקעה.

דער איד פירט אויס: היינט צוטאגס, בלויז א יאר מיט א האלב נאכדעם וואס איך האב געמאכט יענע השקעה, איז איר ווערד שוין געשטיגן מיט א מיליאן דריי הונדערט טויזנט שקל! דאס איז אויסער דעם וואס איך פארדין שוין עטליכע טויזנט שקל יעדע חודש פון רענט וואס קומט דערפון. איך קוק צוריק, און איך דאנק דעם באשעפער פארן מיר געבן די כוחות און די שכל צו פארשטיין, אז די בעסטע השקעה איז צו גלייבן און מקבל זיין אלעס באהבה."

שבת שלום ומבורך, פינחס שאפער

More in this printout

View the whole printout