הרב מאיר שלאמע פון ציריך דערציילט:
שוין עטליכע יאר וואס איך בין פארנומען, אין די ראמען פון די ארגאניזאציע וואס איך פיר אן, מיט מקרב זיין אידן לאבינו שבשמים. ספעציעל ארבעט איך מיט יונגע בחורים און יונגעלייט. בחורים וואס האבן נישט באקומען קיין אידישע חינוך באקומען ביי אונז מושגים אין אידישקייט, און טייל פון זיי גייען ווייטער און ווייטער אין שמירת המצוות און פאנגען אפילו אן צו לערנען תורה.
ווי ביי יעדע ארגאניזאציע, פעלט זיך אויס געלט. כאטש עס איז נישט מיין נאטור ארומצוגיין נאך געלט, האב איך דאס מאל פארשטאנען אז עס איז נישטא קיין ברירה. איך האב געבעטן א ברכה ביי א צדיק, און דער רב האט מיר געזאגט: "פאר קיין לאס אנדזשעלעס און דו זאלסט מצליח זיין."
באגלייט מיט פילע תפילות בין איך געפארן. איך האב געוואוסט אז איך טו מיין השתדלות, אבער דער וואס עפנט טאקע די הערצער און ברענגט מיר די נדבות איז בלויז דער רבונו של עולם. אלס איינער וואס גלייבט אז אונזער גאנצע לעבן איז נישט מער ווי א שליחות אויף דער וועלט, איז אפילו די רייזע קיין לאס אנדזשעלעס גארנישט אנדערש ווי א שליחות. איך מיין אז איך פאר נאך געלט, אבער איך האב נישט קיין אנונג וואספארא נאך א שליחות שטעקט דא.
אין לאס אנדזשעלעס האב איך ברוך השם געטראפן גוטע אידן מיט א ברייט הארץ, און געזען א שטארקע הצלחה. איך בין געפארן אין א טעקסי מיט א לאקאלן דרייווער ווען איך האב באקומען א טעלעפאן רוף פון א חבר: "אויב דו ביסט שוין אין לאס אנדזשעלעס, זאלסטו גיין צו די שטוב פון א גוטן איד וואס וואוינט אין וועבערלי הילס," האט מיין חבר מיר געזאגט. "ער איז אמאל געווען אין ציריך און האט געגעבן זייער שיינע נדבות פאר מוסדות. עס לוינט זיך צו פרובירן." ער האט מיר געגעבן דעם אדרעס און טעלעפאן נומער, און איך האב אפגעשטעלט א מיטינג.
ווען איך בין אנגעקומען צום מיטינג, האט ער מיר געפרעגט: "וואס ברענגט דיר אהער?"
איך האב אים געענטפערט לויט מיין מהלך: "איך ווייס נישט באמת פאר וואס איך בין געקומען. איך פלאן צו בעטן א נדבה פאר אונזער מוסד, אבער איך ווייס נישט פארוואס דער אייבערשטער האט מיר געשיקט דווקא אהער. אדרבה, אפשר קענסטו מיר זאגן פארוואס איך בין באמת געקומען קיין לאס אנדזשעלעס."
"וואס איז די נאמען פון די ארגאניזאציע?" האט ער געפרעגט.
"'יד לנוער' אין ציריך," האב איך געענטפערט.
"א שטיק צייט האב איך געוואוינט אין ציריך," האט דער איד געענטפערט. "דאס איז געווען מיט אכט און דרייסיג יאר צוריק, און אויב דו ביסט דא אויף א שליחות, אפשר קענסטו מיר העלפן."
ער האט מיר דערציילט אז ער האט א חוב פון די צייט ווען ער האט געוואוינט אין ציריך. "אין יענע תקופה זענען מיר געפארן אויף וואקאציע קיין עסטרייך. אינעם דירה דערנעבן איז א חבר מיינער, מארק, געווען אויף וואקאציע מיט זיין משפחה. למעשה איז עס געווען א שותפות'דיגע וואקאציע: מיר האבן געדינגען דעם בנין אינאיינעם, מיר זענען ארומגעפארן אינאיינעם, און מיר האבן זיך אויך צעטיילט די הוצאות. נאך וואס די וואקאציע האט זיך געענדיגט און איך האב זיך שוין אריבערגעצויגן אהער קיין לאס אנדזשעלעס, האט מארק מיר גערופן און געזאגט אז מען האט אונז געגעבן א קנס פון דריי הונדערט פראנק. פארוואס? ווייל מיר האבן ארויסגעווארפן מיסט אין א פלאץ וואס עס איז דארט געשטאנען א ווארענונג 'נישט ווארפן דא קיין מיסט'.
איך בין געווען זייער בייז אויף די יעקישע עסטרייכער, וואס רעכענען זיך נישט מיט טוריסטן וואס קענען נישט די רעגולאציעס. איך האב גע'טענה'ט פאר מארק אז עס האט נישט קיין לאגיק, זייער געזעץ איז רשעות'דיג, און עס איז א עוולה צו פארלאנגען אזוי פיל געלט פאר אזא קליינע טעות. איך האב אויסגעפירט: 'איך גיי דאס נישט באצאלן'.
מארק, פון זיין זייט, איז געווען א מענטש וואס פאלגט די געזעץ, און ער האט גע'טענה'ט אז מען דארף יא באצאלן דעם קנס. היות איך האב זיך אפגעזאגט פון צו איינטיילן מיט אים די קנס, האט מארק באצאלט די פולע סכום פון זיין אייגענעם טאש."
דער איד האט ווייטער געזאגט: "דורך די אלע יארן וואס זענען זינט דעמאלטס אריבער, דערמאן איך זיך פון צייט צו צייט אין די מעשה, און מיין געוויסן פלאגט מיר. כאטש מארק האט באשלאסן צו באצאלן וויסנדיג אז איך גיי אים נישט צוריקגעבן מיין חלק, און עס איז אמת אז אויב ער וואלט נישט באצאלט וואלט אונז קיינער נישט נאכגעלאפן פאר דעם קנס, אבער עס איז נישט געווען ריכטיג פון מיין זייט אזוי צו טון."
מיט עטליכע יאר צוריק האב איך מחליט געווען אז איך וויל באצאלן פאר מארק מיין חלק פונעם קנס. איך האב אים פרובירט אויפצוזוכן, אבער איך בין געוואויר געווארן אז ער איז ליידער נפטר געווארן פון א הארץ-אטאקע אין א גאנץ יונגן עלטער.
פאר דריי יאר צוריק האב איך אנגעקלינגען א נאנטן חבר פון מארק אין ציריך, און אים געבעטן ער זאל מיר פארבינדן מיט די משפחה. ער האט מיר אבער געזאגט: "פארוואס זאלסטו באדערן די משפחה? עס איז דאך נישט קיין עכטע חוב, עס איז בלויז דיין געוויסן וואס פלאגט דיך, געב ענדערש די געלט פאר צדקה לעילוי נשמתו."
אבער דאס האט מיר נישט בארואיגט. איך האב נאך אלץ געוואלט הערן פון איינעם פון מארק'ס משפחה צי זיי ווילן איך זאל זיי געבן דאס געלט אדער עס ענדערש מנדב זיין פאר צדקה, און אויב יא, פאר וועלכע צוועק. "און יעצט אז דו ביסט דא," האט ער געזאגט, "וויל איך דיך בעטן דו זאלסט מיר פארבינדן מיט איינעם פון די משפחה. אגב, פאר וועלכע ארגאניזאציע טוסטו מנדב זיין?" האט ער ווידער געפרעגט.
איך האב נאכאמאל געזאגט: "'יד לנוער'."
"'יד לנוער'! דער נאמען פון דעם מוסד הערט זיך מיר באקאנט פון ערגעץ," האט ער אויסגערופן.
ער האט אנגעהויבן בלעטערן אין זיין טאג-בוך ביז ער האט עס ענדליך געפונען. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענער חבר פון מארק האט אים טאקע געראטן מיט דריי יאר צוריק ער זאל מנדב זיין פאר "יד לנוער" לעילוי נשמתו פון מארק.
פון יענע רגע האט זיך אלעס אנטוויקלט אויף א וואונדערבארן אופן. נאכדעם וואס איך האב דורכגערעדט די זאך מיט מארק'ס משפחה, האט דער איד מנדב געווען גאר א שיינע סומע פארן מוסד, און ער האט מיך געבעטן איך זאל ארויסגיין צו מארק'ס קבר און בעטן מחילה פאר אים. ווען איך בין צוריקגעפארן אהיים קיין ציריך, בין איך געגאנגען צום בית החיים – וואס געפינט זיך בלויז זעקס מינוט צו פארן פון מיין הויז – און איך האב טאקע געטון דאס וואס ער האט מיך געבעטן.
יעצט איז מיר שוין קלאר געווארן די גאנצע השגחה פרטית און די סיבה פון מיין נסיעה ביז קיין לאס אנדזשעלעס.