Skip to content
השגחה פרטית

דער שליסל צו הצלחה אויף די וועלט

  • Bereishis
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אבטח בך - מאמר חיזוק ממשפיעי קו השגחה פרטית

הגה"צ רבי בעריש שנעבאלג שליט"א

דער באשעפער וויל פון אונז נאר איין זאך: צו לעבן מיטן באשעפער. ער וועט שוין מסדר זיין אלעס אנדערש. איר ווילט א באווייז? נו, די אידן זענען געווען אין מדבר פערציג יאר, און זייערע קליידער זענען נישט פארעלטערט געווען. זיי האבן נישט געדארפט טוישן שיך-סייזעס. און פארוואס פלעגט דאס עסן אראפקומען פריש יעדן טאג? ווייל דער באשעפער האט געוואלט אז זיי זאלן לעבן מיט אים, צו געדענקען אז אלעס איז לויט זיין ווילן.

דער באשעפער האט אלע מעגליכקייטן צו געבן מיליאנען פאר יעדן באשעפעניש. די סיבה פארוואס דאס פאסירט נישט איז ווייל מיר מוזן געדענקען זיך צו ווענדן צום אייבערשטן מיט די אמונה אז נאר ער איז אחראי אויפ'ן שליסל פון פרנסה.

דאס איז אויך דער ענטפער צו יעדע אנדערע שוועריגקייט אויפן וועלט. השי"ת איז דער בעל מלחמות – אריינגערעכנט א מענטש'נס מלחמות מיט זיין יצר הרע, וואס מ'מוז ארבעטן דערויף און זיך טוישן. דאס פאסירט נישט אין א מינוט, און אויך נישט אין איין טאג. מיר זענען געקומען אויף די וועלט צו ארבעטן אויף זיך און צו צוברעכן דעם יצר הרע. יעדן טאג אויף דאס ניי זענען דא נסיונות, און ס'איז א פראצעדור וואס מ'מוז אריבערגיין.

די עצה פאר אלעס - אריינגערעכנט עבודת המדות, איז צו לעבן מיט'ן אייבערשטן. ווען איר דאווענט כסדר – זענט איר אין קאנטאקט מיט'ן בורא. איר טראכט נישט פאר קיין רגע זיך צו קענען אליין אן עצה געבן, נאר בלויז מיט זיין הילף. ווען מ'געדענקט דעם אייבערשטן – איז מען זוכה צו סיעתא דשמיא. מ'זעט אפענע וואונדער.

ווען א מענטש לעבט מיט'ן אייבערשטן, ווייסט ער אז אלעס ווענדט זיך אין אים, און אז ס'איז נישטא גארנישט וואס ער קען אליין באווייזן. ס'איז נישטא קיין 'טשיק טשאק', אבער ס'איז דא איין זאך: דו זאלסט האבן א עול און אחריות, דו וועסט מאכן השתדלות, און דער רבונו של עולם וועט ברענגען די הצלחה און נצחון.

ס'איז טאקע אמת אז דער אויבערשטער פירט די מלחמות, אבער ער וויל אז דו זאלסט אויך טון דיינס און זיך אנשטרענגען. אויב מען לעבט שטענדיג מיט'ן באוואוסטזיין אז דער באשעפער וויל אז מען זאל זיך טוישן, וועט מען בסייעתא דשמיא האבן א גרויסע און שפע.

דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו אן אמת'ע תשובה, צו זיין אמת'ע יראי שמים און זיין מקושר צום באשעפער יעדע רגע. מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה און צו אן אמת'ע שמחה, אז ס'זאל אונז גארנישט פעלן, מיר זאלן נישט דארפן צוקומען צו קיין שום נסיונות אדער קיין שום פלאנטערס, און השי"ת זאל העלפן אז מיר אלע זאלן האבן שפע, געזונט און נחת, און אלעס זאל זיך אויסארבעטן אויפ'ן בעסטן אופן.

More in this printout

View the whole printout