Skip to content
השגחה פרטית

זיכה וזכה א שמועס מיט די גליקליכע משפיעים

  • Bereishis
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א גוט יאר. צום ערשט, וואו פארשפרייט איר די גליון?

איך פארשפרייט די גליון אין מיין געגנט. אסאך מאל אין בית המדרש.

אין וועלכע געגנט?

איך וואוין אין מאנסי. איך לייג עס יעדע מאל אין אן אנדערע בית המדרש.

וואס האט אייך געמאכט וועלן פארשפרייטן דעם גליון?

איך וואלט בעיקר געזאגט, אז איך טראכט אז ממש א שאד ס'איז דא אין כלל ישראל יונגעלייט וואס האבן זיך נישט גענוג אנגעהערט פון די ענינים פון השגחה פרטית אלס קינד. ס'איז א מורא'דיגע תועלת, ווען די קינדער זענען נאך יונג, און דער טאטע קומט אהיים שבת ביי די סעודה, פארציילט א מעשה פון השגחה פרטית, ווי מ'האט געזען די יד השם. דעמאלטס איז די עיקר צייט וואס עס גייט אריין אין די קינדער, די קינדער זענען נאך תמימות'דיג, זענען זיי דעמאלטס קונה, און עס טוישט זייער גאנצע לעבן.

א מורא'דיגן קוק-ווינקל!

ווי האט איר דאס ערשטע מאל טאקע באגעגנט דעם גליון?

נאך מיין חתונה, האט מיר מיין שווער דערציילט, אז עס איז דא א קו השגחה פרטית, איך האב עס אנגעפאנגען צו הערן. ווען מ'האט אנגעהויבן צו מפרסם זיין די גליון, האט מען מיר גערופן פרעגן, צי איך וויל עס פארשפרייטן.

איר האט פונקט געהאט עפעס א מעשה פון השגחה פרטית, וואס האט מיט די גליון?

מיטן פארשפרייטן די גליון האב איך נישט ממש יעצט אין קאפ, אבער ס'איז זיכער אז דורך דעם וואס מ'ליינט און מ'הערט אסאך פון השגחה פרטית, פאנגט מען אן צו באמערקן מעשיות די גאנצע צייט. יעדער איד בעצם האט מעשיות, מ'דארף נאר צולייגן קאפ.

גראדע האב איך ממש היינט געהאט א מעשה, ס'איז אפשר נישט קיין מורא'דיגע מעשה, אבער ווען מ'לייגט צו קאפ, כאפט מען אז אזעלכע מעשיות איז דא צענדליגער יעדן איינציגסטן טאג.

איך בין זייער מקפיד צו יעדן טאג צו זיין אין כולל אין צייט פון סדר מיט מיין חברותא, איך וויל נישט לאזן מיין חברותא הענגען. היינט האב איך געהאט א שטיקל אונס, איך האב געוואוסט פאריגע וואך אז איך וועל האבן א שטיקל אונס, איך וועל נישט קענען זיין געהעריג אין צייט אין כולל. און פונקט נעכטן קומט צו מיין חברותא אז היינט קען ער אויך נישט זיין געהעריג אין כולל. האט דער אייבערשטער צוגעפירט אז ביידע זאכן זאלן זיין אין איין טאג, מיר זאלן נישט דארפן זיך שטערן צוויי טעג פאר דעם.

איך שטעל זיך אבער פאר אז כדי צו פארשטיין די חשיבות דערפון דארף מען קענען דיר און דיין חברותא צו פארשטיין אז מ'פעלט נישט יעדן טאג סתם...

וואס האט איר צו איבערגעבן פאר די אנדערע אידן וואס טראכטן צו זיי זאלן עס אויך וועלן פארשפרייטן אדער נישט?

ס'איז קלאר אז די ערשטע זאך וואס איז מיר ארויף אויפ'ן געדאנק בשעת איך האב פארשפרייט די גליון, איז פשוט געווען אז איך זעלבסט זאל באקומען א גליון פון השגחה פרטית, איך זאל זיך פשוט אליין קענען מחזק זיין. נישט אלעמאל איז דא א איד אין די געגנט וואס פארשפרייט די גליון, איז כאטש פאר דיר אליין האסטו א גליון יעדע וואך, וואס איז מחזק אין השגחה פרטית.

די צווייטע זאך איז, וואס מ'טוט פאר אנדערע אידן. ס'איז פשוט אז מ'כאפט נישט ווי ווייט ס'קען גיין. מ'פארשפרייט די גליון אין א בית המדרש, און ס'איז דא א איד וואס ליינט עס, און יענער איד פארציילט עס פאר זיין חבר, און נאך אפאר אידן פארציילן עס ביי די סעודות אדער מלוה מלכה מעשיות פון השגחה פרטית, און ס'גייט אריין אין די קינדער, און זיי וואקסן אויף מיט דעם, און שפעטער טרעפן זיי שוין אליין השגחה פרטית, זיי וואקסן אויף מיט'ן אייבערשטן. ס'איז אן אנדערע לעבן, איינער וואס לעבט מיט בטחון און איינער וואס לעבט אן בטחון. ס'איז נישט סתם די צען גליונות וואס מ'פארשפרייט, ס'גייט ווייטער און ווייטער.

ס'איז נישט נאר די גליון, ס'איז די השקפה!

מיט אייער השתתפות פון $36 א חודש פאר'ן גליון "השגחה פרטית" וואס פארשפרייט אמונה אויף אלע עקן וועלט.

דער "משפיע" באקומט צו זיך אינדערהיים 10 השגחה פרטית גליונות צו קענען פארשפרייטן אמונה צווישן אידן!

רבי שלומק'ה זוועהילער האט געזאגט: "אז מען טוט אין השגחה פרטית זעט מען השגחה פרטית"

רופט יעצט און הייבט אן משפיע זיין אמונה און בטחון פאר אידישע קינדער!

רופט: 308-585-3293

בהמלצת רבנים קען מען צאלן מיט מעות מעשר

דאס האט נישט חשש שמות לגניזה מען דארף נזהר זיין בקדושת הגליון עס זאל נישט צוקומען צו קיין בזיון אזוי ווי מען איז זיך נוהג מיט תשמישי קדושה

אויב האט איר סיי וועלכע הערות לאזט איבער א הודעה: 1-518-613-0140 דריקט 9/9 אדער שיקט א אימעיל צו די מערכת [email protected]

More in this printout

View the whole printout