ס'איז שוין פארביי א לאנגע צייט זינט דער באקאנטער ירושלימ'ער מגיד, רבי שלום שוואדראן, האט געזען דאס לעצטע מאל זיין גוטן פריינט, דער צדיק און משגיח רבי יחזקאל לעווינשטיין, אזוי פרייליך און בשמחה. דעם משגיח'ס פנים האט געשיינט פון גליק, און ס'האט אויסגעזען ווי עפעס גאר פרייליך האט פאסירט.
"וואס מאכט דער משגיח?" האט רבי שלום געפרעגט מיט זיין באקאנטן ניגון "איך זע איר זענט זייער פרייליך; אפשר זאגסטו מיר די סיבה צו די שמחה..."
קודם האט דער משגיח געשוויגן, אבער דערנאך האט ער דערציילט:
"אמאל, אין די יארן פארן קריג, האב איך געדינט אלס משגיח אין די בארימטע קלעצקער ישיבה, און נאכדעם האט מיר דער באשעפער מזכה געווען אנצופירן מיט די הייליגע ישיבה פאר עטליכע יאר. שפעטער בין איך אריבער לערנען אין די מירער ישיבה אלס א פשוט'ער כולל אינגערמאן.
דאס איז געווען גאר א שווערע תקופה. ווען איך בין געווען משגיח אין קלעצק, האב איך באקומען א שיין געהאלט קעגן וואס א כולל אינגערמאן באקומט; און יעצט, אלס א כולל אינגערמאן, איז די מצב נישט געווען פשוט. איך האב נישט געהאט קיין פרוטה צום נשמה... די גאנצע לאסט פון די צורכי הבית איז געלעגן אויף מיינע פלייצעס. איך האב געדארפט שפייזן די קינדער, און ס'זענען געווען טעג וואס דער מאנגל איז געווען אזוי גרויס אז איך האב נישט געוואוסט וואס מיר וועלן עסן מארגן.
אבער דורכאויס יענע צייט, האב איך באשלאסן מיט א שטארקייט זיך אינגאנצן צו אריינווארפן אין די הענט פונעם אייבערשטן און זיך צו פארלאזן אויף אים מיט א גאנצע אמונה. און טאקע, טאג נאך טאג, האב איך געזען מיט מיינע אייגענע אויגן אפענע השגחה פרטית. אמאל פלעג איך באקומען א סכום געלט פונקט פופצן מינוט פאר איך האב געדארפט באצאלן א חוב. דער באשעפער האט אונז צוגעשטעלט עסן און וואס מיר האבן געדארפט, פונקט אין די ריכטיגע מינוט. האב איך דעמאלטס נישט געוואוסט אז עס וועט זיין אזוי ביטער שווער! ווען איך וואלט געוויסט וואס דאס מיינט, וואלט איך קיינמאל נישט מסכים געווען!
און דאס איז געווען א דערהויבענע עפאכע וואס מ'קען נישט באשרייבן, א צייט צו וואס איך בענק זיך. טעג ווען איך האב געפילט אן אמת'ן 'תענוג פון בטחון', א טיפע געפיל אז איך בין נאר אין די הענט פונעם באשעפער, אונזער רחמנות'דיגער פאטער, וואס אויסער אים איז גארנישט דא. ס'איז אוממעגליך אראפצומאלן די זיסקייט און תענוג פון די דאזיגע ידיעה און געפיל.
דערנאך זענען געקומען אנדערע צייטן. מ'האט מיר אויפגענומען אלס משגיח אין לאמזשע, מיר, און פאנעוועזש. די געהאלט איז אנגעקומען פונקטליך יעדן חודש.
כאטש וואס אויך דעמאלטס האב איך פארשטייט זיך געדענקט אז אלעס קומט פונעם באשעפער און אז אלעס איז א מתנה פונעם בורא וואס שפייזט יעדן, און איך האב געדענקט אז דאס אלעס זענען נאר זיינע שליחים, אבער דאך איז דער מצב נישט געווען קיין פארגלייך צו ווען איך בין געווען אין די מיר'ער כולל.
"אבער לעצטנס" האט ער ערקלערט "איז די ישיבה אריינגעפאלן אין א שווערע מצב. שוין א לאנגע צייט וואס די געהאלט קומט נישט אן אין צייט. לעצטנס אבער האב איך געמאכט א חשבון, און אויסגעפונען אז איך האב שוין נישט באקומען קיין געהאלט פאר אכט חדשים, און דאך ברוך השם, פעלט מיר גארנישט!
נאכאמאל ווייס איך נישט וואס מיר וועלן עסן מארגן; איך קער זיך צוריק צו א תקופה פון פילן דעם אייבערשטנס האנט בחוש!
איז זאג דו מיר, מיין פריינט רבי שלום, וויאזוי קען איך נישט זיין בשמחה דערויף?!