נאכט נאך נאכט
דערציילט הר"ר אברהם מאסקאוויטש שליט"א פון בני ברק:איין טאג איז א יונגערמאן צוגעקומען צו מיר, אויסגיסנדיג פאר מיר זיין הארץ, אז עס איז דא עפעס וואס ער שפירט אז ער מוז טון, אבער ער שעמט זיך שרעקליך עס צו טון למעשה.
איך האב אים געפרעגט: "וואס איז די נושא?"
האט ער מיר אנגעהויבן דערציילן א ווייטאגליכן פעקל וואס פלאגט אים שוין פאר הונדערטער נעכט.
פאראיאר איז ביי אים ברוך השם געבוירן זיין בכור, א געזונטער און לעכטיגער אינגעלע. במשכ'ן טאג איז אלעס געווען זייער פיין, אבער ביינאכט פלעגט ער אנהייבן שרייען און וויינען אן אויפהער. ער איז קוים געשלאפן, און די עלטערן האבן געמוזט זיך איינטיילן די נאכט צו זיין אויף מיט אים.
אנפאנג האט דער יונגערמאן געמיינט אז אלע בעיביס זענען אזוי, אבער ווען איין חודש איז פארביי און נאך א חודש, און די סיטואציע ווייזט בכלל נישט קיין צייכן פון זיך עפעס טוישן, האט ער פארשטאנען אז דא קומט פאר עפעס אומגעווענליך. זיין מאמע און שוויגער האבן געטענה'ט אז ביי דריי חדשים דארף א בעיבי שוין פארשטיין אז ס'איז נאכט, און אפילו אויב ער כאפט זיך אויף צו עסן, דארף ער גלייך צוריק איינשלאפן, און ס'איז נישטא קיין שום סיבה ער זאל זיין וואך אין די שעות. דער יונגערמאן האט פרובירט מסביר זיין פארן קינד וואס מ'האט אים געזאגט, אבער די בעיבי האט נישט מיטגעארבעט מיט די הסברים...
"מיר האבן פרובירט פארשידענע מעדיצינישע מעטאדן," האט דער יונגערמאן ווייטער דערציילט זיין געשיכטע. "מיר זענען געגאנגען צו א פראפעסאר, באזוכט א 'סליפ-לעב' (מעבדת שינה), פרובירט רעפלעקסאלאגיע און עמאציאנעלע טעראפיעס. כאטש וואס עס האט פאר א קורצע וויילע אויסגעזען ווי די בעיבי שלאפט שוין ענדליך אביסל מער, פלעגט ער צום סוף צוריק פאלן צו א' און ווייטער פארפירן שעות לאנג ביז פארטאגס."
"מיין לעבן איז געווארן איין גרויסער פארמאטערטער קאשמאר. איך בין נישט געשלאפן ביינאכט און נישט פונקציאנירט בייטאג. איך בין ארומגעגאנגען אין א נעפל פון מידקייט, און איך האב שוין אנגעהויבן מורא האבן אז פון אזויפיל מאנגל אין שלאף גיי איך פשוט צוזאמפאלן. דאס איז שוין גארנישט געווען קיין מליצה. מיין בכור'ס וויינערייען איז אריבער יעדן גרעניץ, און שמועסנדיג מיט אנדערע יונגעלייט האב איך פארשטאנען אז ס'קומט בכלל נישט אזוי צו זיין."
"איך האב מחליט געווען אז איך מוז טוישן ריכטונג און מאכן השתדלות פון אן אנדערן סארט. איך בין געגאנגען צו איינעם פון די צדיקי הדור בעטן א ברכה פאר א ישועה. דער צדיק האט מיר געהייסן זאגן צען קאפיטלעך תהילים יעדן טאג און בעטן דעם אויבערשטן אז די בעיבי זאל שוין קענען רואיג איינשלאפן, און ער האט מיר אנגעווינטשן אז מיר זאלן זען א ישועה."
"איך האב געטון פונקטליך ווי ער האט מיר געהייסן. יעדן טאג געזאגט צען קאפיטלעך און נאכדעם געבעטן מיין בקשה. נאך בערך צוויי וואכן, פונקט דעם טאג וואס איך האב געענדיגט גאנץ ספר תהילים, בין איך אריבער א ספרים-סטאר און איך האב געזען א ספר וואס האט מיר געכאפט דאס אויג."
איך האב געקויפט דעם ספר, און אינדערהיים האב איך עס געעפנט. פונקט האט זיך עס געעפנט ביי א בלאט וואס דערציילט א מעשה פון א יונגערמאן וואס זיין קינד האט נישט געהאלטן ביים איינשלאפן און געוויינט אסאך ביינאכט.
דאס איז געווען ממש א הימלישע זאך. פונקט דעם טאג וואס איך ענדיג תהילים, טרעף איך א מעשה איבער אט די טעמע וואס דריקט מיר אזוי שטארק.
איך האב ווייטער געלייענט. דארט שטייט וועגן א יונגערמאן וואס זיין בעיבי האט געוויינט גאנצע נעכט פאר דריי חדשים. ער איז געגאנגען צו א צדיק בעטן א ברכה. דער צדיק האט אים געפרעגט צי ער האט אפשר וויי געטון א צווייטן, און דער יונגערמאן האט זיך טאקע דערמאנט: זיין ישיבה איז געווען נאנט צו א באוואוינטן געגנט, און ווי דער שטייגער ביי בחורים, פלעגן זיי פון צייט צו צייט פראווען א סיום, א התחלה, אדער א ראש חודש סעודה. ביי אזא געלעגנהייט פלעגט דער יונגערמאן - וואס איז דעמאלטס געווען אן ענערגישער בחור - אנצינדן די מוזיק אויפן העכסטן וואליום, כדי יעדער זאל קענען טאנצן און שפרינגען מיט אלע כוחות און די גאנצע געשמאק.
דער פראבלעם איז אבער געווען אז עס האט געשטערט די שכנים. זיי האבן זיך באקלאגט אז די הויכע קולות לאזן נישט די קינדער איינשלאפן, און צומאל ווען ס'איז געווען נאך שפעטער האט עס אפילו געשטערט די ערוואקסענע אויך.
אבער דער בחור האט 'פארשטאנען' אז זיי טרייבן סתם איבער, פארוואס זאלן בחורים נישט מעגן זיין א ביסל פרייליך? נע, דאס זענען סתם געספויעלטע קינדער, און מסתמא שלאפן די זעלבע קינדער איין אויף צוויי בענקלעך ביי חתונות ווען די מוזיק באמבעט...
ער האט ווייטער ממשיך געווען מיט זיין אוממענטשליכע אויפפירונג און געשטערט די מנוחה פון די שכנים.
יעצט, מדה כנגד מדה, שלאפט זיין אייגן קינד נישט איין ביינאכט.
דער יונגערמאן אין די מעשה האט פארשטאנען אז ער מוז איבערבעטן די שכנים, און טראץ דעם וואס עס איז אים נישט געווען באקוועם, איז ער ארומגעגאנגען פון שכן צו שכן און געבעטן מחילה, ביז זיי האבן אים מוחל געווען.
גלייך אויפן נאכט נאכדעם וואס ער האט זיי אלעמען איבערגעבעטן, איז געווען די סאמע ערשטע נאכט פון די נייע עפאכע, וואס די בעיבי איז דורכגעשלאפן א גאנצע נאכט אן קיין שטער.
די מעשה האט מיר שטארק גערירט און ערוועקט מיין זכרון. אויך איך האב געהאט צו טון מיט מאכן גערודער ביינאכט! אויך איך האב געשטערט א צווייטן און אים נישט געלאזט שלאפן! אוי וויי איז מיר וואס כ'האב זיך אליינס גורם געווען! יש דין ויש דיין!
איך בין געווען אן ענערגישער בחור מיט א געפיל פאר מוזיק. איך האב געהאט אן ארגאן ביי מיר אין צימער, און ביינאכט פלעג איך שפילן זייער הויך מיט קולות פון 'טענאר' און 'באס'. דער שכן, אן עלטערער איד פון די שארית הפליטה, פלעגט אראפקומען און זיך איינבעטן איך זאל שטילער מאכן. "די 'באמבעס' וואס דו שפילסט דערמאנען מיר פון די דייטשן מיט זייערע שיסערייען," פלעגט ער זאגן.
איך האב עס שטילער געמאכט ווען ער האט געבעטן, אבער איך האב נישט געכאפט אויף ווי ווייט דאס גייט. איך האב נישט פארשטאנען אז איך שפיל זיך דא מיט פייער. א איד וואס איז אריבער די גיהנום ביים לעבן, און יעדעס מאל וואס איך שפיל, שלעפ איך אים צוריק אהין מיט געוואלד. איך האב נישט געכאפט וואספארא קאשמארן איך פאראורזאך אים, אז איך אטאקיר זיין זעל יעדעס מאל וואס איך שפיל צו הויך. איך פלעג שטילער מאכן, אבער נאכדעם פלעג איך עס צוריק העכער מאכן לויט מיין געשמאק. ער פלעגט זיך נאכאמאל באקלאגן, און איך פלעג עס נאכאמאל שטילער מאכן, אבער שפעטער פלעג איך עס צוריק העכער מאכן און שפילן מיט די גאנצע קנאק, וואס האט דעם שכן נאכאמאל און נאכאמאל דערשראקן, ביז ער האט שוין אויפגעגעבן פון עפעס אויפטון מיטן זיך באקלאגן.
דער יונגערמאן האט געענדיגט זיין ווידוי – דערציילט הרב מאסקאוויטש – "איך ווייס אז איך מוז אים איבערבעטן, אבער איך קען נישט."
איך האב געזאגט פארן יונגערמאן אז ער זאל פרובירן איבערצוקומען די בושה, ווייל זיין לעבן און דאס לעבן פון זיין קינד איז אנגעוואנדן אין דעם, אבער עס איז אים געווען זייער שווער. מיר האבן אינאיינעם דורכגעשמועסט וואס ער זאל זאגן און וויאזוי ער זאל עס אראפלייגן, און איך האב באשלאסן אז דעם קומענדיגן טאג וועל איך אים פרעגן אויב ער איז טאקע געגאנגען איבערבעטן.
דעם קומענדיגן טאג האט מיר דער יונגערמאן דערציילט אז ער האט נאך אלץ "געטראכט" דערפון.
און דעם טאג דערויף אויך. ער האט געהאט גענוג צייט צו טראכטן ביינאכט, ווייל זיין בעיבי האט אים דאך סייווי נישט געלאזט שלאפן... יעצט, ווען ער האט שוין פארשטאנען אז עס איז דא א לעזונג צום פראבלעם, זענען די בכיות געווארן אסאך מער מאנענדיג. ווי דאס קינד זאל וויינען צו אים "נו, גיי שוין איבערבעטן דעם שכן!"
איך האב געזאגט פארן יונגערמאן אז היות עס איז שוין אריבער א לאנגע צייט זינט ער האט געשטערט דעם שכן, וועט דער שכן זיכער רחמנות האבן אויף אים און אים מוחל זיין. איך האב אים צוגעשטופט און געמוטיגט ער זאל זיך אנגארטלען מיט קוראזש, ביז ענדליך האט ער געטון למעשה.
ער האט געהערט אז דער שכן איז אריבער אין א מושב זקנים, און ער האט זיך פארבינדן מיט זיין זון. נאכאמאל האט ער איבערגעקומען די שרעקליכע בושה און אים דערציילט די גאנצע מעשה. "איך בעט דיר, פרעג דיין טאטע בשמי אויב ער קען מיר מוחל זיין."
דער זון האט געזאגט אז עס איז נישט שטענדיג מעגליך צו רעדן רואיג מיט זיין טאטן, מען דארף אים כאפן אין א גוטע מינוט. דער יונגערמאן האט פארשטאנען אז דאס איז נישט אזא גרינגע ארבעט, און ער האט מתפלל געווען צום אייבערשטן אז ער זאל אים העלפן, אז דער זון זאל טאקע מצליח זיין אים איבערצובעטן, און דער שכן זאל אים מוחל זיין מיט א גאנץ הארץ.
דער באשעפער האט געהאלפן, און עטליכע טעג שפעטער האט דער שכן געהערט די מעשה פון זיין זון, און ער האט געענטפערט: "מחול לו, מחול לו, מחול לו."
באלד יענע נאכט האט זיך דערקענט א דראסטישע שינוי לטובה. די בעיבי איז איינגעשלאפן ביינאכט, זיין שלאפן איז געווארן לענגער, און ער האט ענדליך געלאזט די עלטערן זיך אביסל אפרוען. די מצב האט זיך פארבעסערט פון נאכט צו נאכט, ביז נאך צוויי וואכן איז די בעיבי שוין געשלאפן צוועלף שעה נאכאנאנד!
דער טאטע פונעם קינד איז געקומען צו מיר מיט גרויס שמחה מיר צו דערציילן די גוטע בשורה. ער איז מיר דאנקבאר געווען מיט גאנצן הארץ פארן נישט אויפגעבן אויף אים און פארן כסדר איבערפרעגן אויב ער האט שוין איבערגעבעטן דעם שכן. "א דאנק דיר האב איך זוכה געווען אריינצוכאפן אים איבערצובעטן ביי זיין לעבן," האט ער מיר געזאגט מיט גרויס התרגשות.
זינט דעמאלטס שלאפט דאס קינד גוט ביינאכט און איז אויסגערוט אינמיטן טאג. הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.