ר' י.ק. פון בני ברק דערציילט:
מענטשן האבן אלעס וואס צו זאגן ווען א בחור ווארט אויף זיין באשערטן. אפילו ווען זיי האבן נישט קיין מושג וואס זיי רעדן, און זיי קענען בכלל נישט דעם גאנצן בילד, פאנגען זיי שוין אן צו דרייען מיט די צונג און געבן הסברים: דער בחור איז נישט קיין למדן אדער נישט גענוג קלוג, אדער גאר צו קלוג, ער האט דעם קאליר אדער יענעם קאליר, אדער ער איז צו הויך אדער צו נידריג אדער צו סטאנדארט. ס'איז גאר זעלטן וואס עס פאסירט אז א בחור זאל זיין פאר א לענגערע תקופה אין שידוכים, און מענטשן זאלן נישט טרעפן קיין תירוצים פארוואס די שידוך פארזוימט זיך.
אבער ביי מיר האט עס יא פאסירט.
מיין זון, א חשוב'ער בחור, א כליל המעלות, אן איידעלער, א למדן, א בעל מידות, א קלוגער, און א 'מענטש', איז געבליבן אין ישיבה און נישט געטראפן זיין באשערטן. איין יאר איז אריבער, נאך א יאר, און נאך א יאר. איך האב פארשטאנען אז איך דארף דא טון עפעס מער השתדלות, האב איך געבעטן שדכנים זיי זאלן מיר קלאר זאגן, צי אפשר איז דא עפעס א פלעק ביי מיר אדער ביי אים. אבער זיי האבן נאר געהויבן ברעמען און געזאגט אז זיי פארשטייען באמת נישט וואס די פראבלעם איז. "געווענליך כאפט מען גלייך אויס אזא בחור!" האט אן ערפארענער שדכן מיר געזאגט. "ער איז א בחור א מצויין, איר זענט א גוטע משפחה, אזוי אז איך קען נישט פארשטיין וואס דא גייט פאר".
ווען איך האב געזען אז בדרך הטבע האב איך שוין אלעס פרובירט, האב איך פארשטאנען אז איך דארף דא רוחניות'דיגע השתדלות. איך האב מתפלל געווען צום אייבערשטן ער זאל מיר חונן דעת זיין צו פארשטיין וואס ער ערווארט פון מיר.
איין טאג איז מיר איינגעפאלן צו בודק זיין די מזוזות אינדערהיים. איך האב אראפגענומען די מזוזות פון די טירן, אויפגעשריבן אויף יעדע מזוזה צו וועלכן צימער עס באלאנגט, און עס געשיקט צום בודק.
עס האט נישט גענומען קיין סאך צייט און דער בודק רופט מיר אויפן טעלעפאן. "רבי איד!" מען האט זייער קלאר געקענט הערן די דרינגענדיגקייט אין זיין שטימע, "קום שנעל אהער. דו האסט נישט קיין אנונג וואס איך האב דא געפינען."
איך בין געווארן דערשראקן. איך בין געלאפן צו אים אין אפיס, און ער האט מיר געוויזן אויף איין מזוזה, אז די אות 'יוד' פונעם ווארט "ביתך" פעלט! די מזוזה איז געווען פסול! און דאס איז געווען די מזוזה פונעם צימער וואו מיין טייערער בחור, וואס זיין נאמען ליגט שוין יארן אין די ביכל פון די שדכנים, שלאפט יעדע נאכט.
אויב דאס ווארט "ביתך" איז פסול, וויאזוי קען ער דען בויען זיין אייגן הויז?!...
נאך יענעם טאג האב איך באשטעלט א מזוזה פון אן ערליכן סופר, און מיר האבן עס קובע געווען מיט גרויס פרייד אויפן טיר פון מיין זון'ס צימער.
שוין דעם נעקסטן טאג איז געקומען א הצעה. צוויי וואכן שפעטער האבן מיר שוין געבראכן טעלער מיט א שמחה וואס האט איבערגעגאסן אלע גרעניצן.
אין עטליכע חדשים ארום, וועט ער בעזרת השי"ת אריינקלאפן א הערליכע מזוזה ביים טיר פון זיין נייע שטוב, א בית נאמן בישראל.