Skip to content
השגחה פרטית

דער באשעפער אליין

  • Noach
  • 5787
  • Yiddish
View printout

זיצט זיך א איד ביים הייליגן חזון איש זצ"ל, און דערציילט מיט טרערן אין די אויגן די ביטערע 'פסק' פון די דאקטוירים: עס איז אים נאר געבליבן פיר טעג צו לעבן. דער חזון איש נעמט ארויס א חומש בראשית...

אין א טאג האט א צובראכענער איד אנגעקלאפט אויפן טיר פון חזון איש. נאכן זיך זעצן, האט ער מיט א געשטיקטע שטימע דערציילט אז מיט עטליכע טעג צוריק האט ער זיך נישט גוט געפילט. ווען ער איז געגאנגען צום דאקטאר, האט ער אים געשיקט מאכן א רייע טעסטס אין שפיטאל. די רעזולטאטן זענען געווען קלאר: מען האט געפינען א שווערע אנטצינדונג אין זיין קערפער, וואס האט נישט קיין רפואה. "דו ביסט פארבליבן מיט מאקסימום פיר טעג" האבן זיי גע'פסק'נט...

"אינדערהיים ווארט מיר א ווייב מיט קינדער" האט דער איד געכליפעט "און ס'נישט דא וואס צו טון! אזוי האבן די דאקטוירים קלאר געזאגט..."

דער חזון איש האט א קוק געטאן אויפן וויינענדיגן איד מיט א ליבליכן בליק, און פון זיינע טיפע און קלוגע אויגן האט זיך אנגעזען א גרעניצלאזע רחמנות אויף דעם צובראכענעם איד.

דער חזון איש האט זיך אויפגעשטעלט און צוגעגאנגען צום ספרים-שאפע. ער האט ארויסגענומען א חומש בראשית, און אנגעהויבן פארלערנען:

"לאמיר זען וואס דער באשעפער האט באשאפן דעם ערשטן טאג... און יעצט, לאמיר זען וואס דער באשעפער האט באשאפן דעם צווייטן טאג..."

מיט א געשמאק האט דער חזון איש פארגעלערנט די פסוקים, אויסרעכענענדיג איינס ביי איינס די זאכן וואס זענען באשאפן געווארן דעם צווייטן טאג, דעם דריטן טאג, און דעם פערטן טאג.

דאן האט דער חזון איש צוגעמאכט דעם חומש און אויפגעהויבן זיין שטימע צום קראנקן איד:

"נו, אז דער באשעפער האט געקענט באשאפן אזויפיל זאכן אין בלויז פיר טעג, גלויבסטו נישט אז ער קען אויך אין פיר טעג באשאפן פאר דיר עפעס א רפואה, וואס וועט דיר אויסהיילן און מאכן פולקאם געזונט?!...

"פארליר זיך נישט! דורכאויס די קומענדיגע פיר טעג, רייס איין צום באשעפער אז ער זאל דיך אויסהיילן. היות די שערי דמעות ווערן נישט פארשלאסן, און די תפילה פון א קראנקן אויף זיך אליין איז אזוי חשוב - וועסטו נאך געהאלפן ווערן!...

צוביסלעך איז דער איד צו זיך געקומען. ווען ער איז ארויס פונעם חזון איש, האבן זיינע אויגן געשיינט מיט א באנייטע

More in this printout

View the whole printout