Skip to content
השגחה פרטית

די מצבה אין חלקה ו'

  • Noach
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הרב אשר פרץ שליט"א דערציילט:

איך וואוין אין בית שמש און איך דין אלס א מגיד שיעור אין מודיעין עילית. איך האב געהאט קאמפליקאציעס מיטן מסדר זיין געוויסע וויכטיגע דאקומענטן. עס האט זיך זייער לאנג געשלעפט, ביז ענדליך האב איך באקומען אן אפוינטמענט אין אן אפטיילונג פונעם אפיס וואס האט זיך געפונען אין באר שבע.

צום באשטימטן טאג, י"ז אלול תשפ"ו, נאכ'ן שיעור אין ישיבה, האב איך זיך ארויסגעלאזט צום באס-סטאנציע, און נאך דריי באסעס בין איך ענדליך אנגעקומען קיין באר שבע. אין אפיס איז אלעס ברוך השם געגאנגען ווי געשמירט, און ווען מ'האט געענדיגט איז נאך געווען א פריע שעה אין טאג. האב איך מחליט געווען, אז אויב בין איך שוין סייווי דא, וואלט געפאסט צו צוגיין צום בית החיים, וואו מיין ווייב'ס זיידע און באבע ליגן.

איך האב געוואוסט פונקטליך וואו זיי ליגן: חלקה ג', שורה א'. איך האב עס קלאר געדענקט, און איך בין טאקע אהין געגאנגען. איך האב געזוכט די נעמען אויף די מציבות, אבער טראץ דעם וואס איך האב עס גוט געדענקט און איך בין געווען זיכער אז איך ווייס וואו די מציבות זענען, האב איך זיי נישט געקענט געפינען. איך האב איבערגעקוקט די גאנצע שורה אהין און צוריק עטליכע מאל, איך בין צוגעגאנגען צו די דערנעבנדיגע שורות, אבער די מציבות פון די זיידע-באבע זענען פשוט פארשוואונדן געווארן.

איך האב עס אנגעהאנגען אין מיין שוואכע זכרון. כאטש וואס געווענליך ארבעט עס גראדע יא זייער גוט, פונקציאנירט עס עפעס נישט דאסמאל. עס איז אויך מעגליך אז זינט מיין לעצטע באזוך זענען געווארן געוויסע טוישונגען אין דאס אויסזען פונעם בית החיים, און דאס איז וואס האט מיר צומישט. אזוי צי אזוי, האב איך נישט געוואלט אויפגעבן אויפ'ן באזוך, ווייל איך האב געוואוסט אז איך וועל שוין נישט אנקומען קיין באר שבע פאר ראש השנה.

איך האב זיך געוואנדן צו די חברה קדישא און זיי געבעטן מיר צו העלפן לעזן דעם רעטעניש. זיי האבן מיר געפרעגט די באבע'ס נאמען, און זיי האבן מיר געזאגט אז איך מאך א טעות. פרחה סלם בת מסעודה ליגט אין חלקה ו'; נישט אין חלקה ג'.

איך בין געגאנגען צום פלאץ וואו די חברה קדישא האט מיר געשיקט, און טאקע דארט האב איך געפונען די מציבה מיט'ן נאמען פרחה סלם בת מסעודה.

אבער דאס איז געווען א צווייטע פרוי, נישט מיין באבע!

מיין באבע איז אוועק מיט זעקס יאר צוריק, בעת וואס אויפן מציבה איז געשטאנען אז זי איז נפטר געווארן אין שנת תשנ"ג. ווען איך האב דאס אויפגעכאפט, און איך בין נאך געשטאנען דארט אריינטראכטנדיג איבער דעם אינטרעסאנטן צופאל, האב איך באמערקט נאך א וויכטיגער פרט וואס איז געשטאנען אויפן מציבה.

אויף די מציבה איז געשטאנען די דאטום פונעם פטירה: י"ז אלול.

י"ז אלול! היינט! דער באשעפער האט מיר אהערגעברענגט צו באזוכן דעם קבר פון א אידישע טאכטער פונקט אויף איר יארצייט! איך פארשטיי נישט צו קיין נשמות, און איך פארשטיי נישט אין קיין הימלישע ענינים, אבער דאס איז א פאקט: דער אייבערשטער האט געוואלט איך זאל זאגן דא תהלים לעילוי נשמתה.

מיט גרויס התלהבות האב איך דארט געזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים, און דערנאך בין איך צוריק געגאנגען צום ארט וואו מיין זיידע-באבע דארפן צו ליגן. דאסמאל האב איך זיי גאר גרינג געפינען, טאקע אין די ערשטע שורה פון חלקה ג'. די מציבות זענען דארט געשטאנען אומבארירט אויפ'ן פלאץ, איינס נעבן דאס אנדערע, פונקט ווי איך האב געדענקט פון אייביג אן. וויאזוי קען זיין אז איך האב זיי פריער נישט געזען?! וויאזוי איז מעגליך אז איך בין דאס דורכגעגאנגען עטליכע מאל און עס נישט באמערקט?! עס איז נישטא קיין שום אנדערע הסבר, ווי אז אן עקסטערן שליחות איז מיר באשערט געווען יענעם טאג, און דער אייבערשטער האט מיר פארבלענדט די אויגן איך זאל נישט זען די קברים וואס איך זוך, כדי איך זאל אנקומען צום קבר פון מרת פרחה סאלם בת מסעודה ע"ה און טון א חסד של אמת מיט איר.

איך האב נאך יעצט נישט קיין אנונג ווער עס איז אט די טייערע פרוי, פאר וועמען דער באשעפער האט אזוי צוגעשטעלט אז איך זאל אנקומען אין אפיס אין באר שבע פונקט יענעם טאג, און האבן גענוג צייט צו באזוכן איר קבר. אויב איינער פון די ליינער קען משלים זיין דעם שטיקל פאזל, וועלן מיר זיין דאנקבאר...

More in this printout

View the whole printout