Skip to content
השגחה פרטית

די מיליאן דאלער דיעל

  • Noach
  • 5787
  • Yiddish
View printout

איין נאכמיטאג רופט מיר מיין חבר אן, אינגאנצן איבערראשט. "היינט האב איך געהאט א געוואלדיגע הארה אין אמונה!", און ער האט מיר דערציילט זיין מעשה:

נעכטן נאכט האב איך זיך גע'חלומ'ט אז מיין ברודער קאלט מיר, און ער זאגט מיר: "איך האב א געוואלדיגע ביזנעס געלעגנהייט. אויב דו ביסט אינטערעסירט, מוזטו מיר געבן אן ענטפער במשך די קומענדיגע פיר שעה. עס איז א דיעל אויף וואס מען קען מאכן מיליאנען!"

איך האב זיך באדאנקט פאר די הצעה, און איך האב זיך גלייך מייעץ געווען מיט עטליכע מבינים אין דעם פעלד. אלע האבן מיר פה אחד געזאגט אז די ביזנעס לוינט זיך זיכער און איך זאל עס בשום אופן נישט פארפאסן. נאך פינף שעה האב איך אים צוריקגערופן - ער ענטפערט נישט. איך האב גערופן נאכאמאל און נאכאמאל, ביז נאך א האלבע שעה האט ער ענדליך אויפגעהויבן און מיר געזאגט: "מיין טייערער ברודער עס טוט מיר לייד... די זאך איז שוין נישט רעלעוואנט. עס איז שוין פארקויפט פאר א צווייטן. איך האב געמיינט אז דו ביסט נישט אינטערעסירט."

איך בין געווען אויסער זיך פאר צער און עגמת נפש. עטליכע שעה בין איך ארומגעגאנגען צוטומלט, פארווייטאגט און אנטוישט. נאך א מזל אז איך האב זיך אויפגעוועקט... און דעמאלט האב איך זיך געכאפט: עס איז דא קיינמאל נישט געווען קיין ביזנעס. איך האב זיך מיט קיינעם נישט מייעץ געווען. גארנישט איז מיר נישט ארויסגערינען פון די האנט... און דעמאלטס איז מיר איינגעפאלן א טיפע געדאנק וואס האט געטוישט מיין גאנצע בליק אויפן לעבן.

אמאל וויל איך עפעס טון אין לעבן - א שידוך, א ביזנעס, אדער סיי וואספארא זאך, גרויס אדער קליין - און עס גייט מיר נישט. עס עסט מיר אויף: פארוואס איז עס נישט געלונגען? אבער אויב עס איז מיר קלאר אז דער באשעפער פירט די וועלט, באקומט אלעס פלוצלינג גאנץ אן אנדערן באדייט.

אלע מיינע פלענער און רצונות זענען באמת געווען א חלום. און אויב צום סוף זענען מיינע פלענער נישט געווארן, איז עס נישט ווייל "עס איז מיר ארויס פון די הענט". עס איז פשוט א סימן אז דער באשעפער האט עס נישט געוואלט, און אז דער באשעפער האט עס נישט געוואלט - איז עס מסתמא נישט געווען גוט פאר מיר. און וואס בלייבט מיר צו טון? פשוט זיך אויפכאפן פונעם חלום - און זיין פרייליך.

שבת שלום ומבורך, פינחס שאפער

More in this printout

View the whole printout