די מעשה האט אונז הרה"ח ר' דוד פיירמאן ז"ל פון בית שמש אריינגעשיקט מיט עטליכע יאר צוריק. זאל די פרסום המעשה זיין לעילוי נשמתו:
מיין שוואגער חיים האט מיר דערציילט די פאלגנדע מעשה ווען ער איז געווען ביי אונז אויף א שבת:
פונקט היינט האט מיר א חבר, וועמען איך קען שוין פאר צוואנציג יאר, גערופן און געפרעגט א שאלה.
כדי צו פארשטיין זיין שאלה, מוז איך צום ערשט דערציילן א געשיכטע וואס ער האט מיר דערציילט מיט א צוואנציג יאר צוריק. דעמאלטס, ווען מיר האבן נאך געארבעט אינאיינעם, האט ער מיר געזאגט וואס זיין פעטער האט אים דערציילט:
"איך בין געגאנגען אין גאס," האט דער פעטער פון כפר סבא דערציילט, "און פלוצלינג באמערק איך אן אראבער רייטן אויף אן אייזל. צום אייזל איז געווען צוגעבינדן א וועגעלע, און אינעווייניג איז געלעגן א הערליכער מארמאר-שטיין. איך האב מיך צוגעקוקט אביסל נענטער, און איך בין שאקירט געווארן צו זען אז אויף דעם שטיין זענען אויסגעקריצט די ווערטער 'שויתי ה' לנגדי תמיד', פונקט ווי מען פלעגט אלעמאל הענגען איבער'ן עמוד אין בית המדרש."
"איך בין געווארן שרעקליך אויפגעטרייסלט. וואס זוכט אזא הייליגע זאך ביי אן אראבער? איך בין צוגעגאנגען צו אים און אים געפרעגט: 'וואס פלאנסטו צו טון מיט דעם שטיין?' און ער ענטפערט מיר: 'איך גיי עס ניצן צו מאכן שיין די באלאטעס ביי מיר אינדערהיים.'"
"איך האב גלייך באשלאסן אז דאס טאר נישט פאסירן. איך האב אים געבעטן אז איך וויל אפקויפן דעם שטיין פון אים, מיר האבן זיך אביסל געדינגען אויפ'ן פרייז, און ענדליך איז דער שטיין געווארן מיינ'ס. איך האב עס געברענגט צום בית המדרש אין כפר סבא וואו איך דאוון, און די גבאים האבן מיר געזאגט אז עס איז טאקע א הערליכע שטיקל, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווען מען וועט רענאווירן די בית המדרש, וועלן זיי עס אריינשטעלן העכער'ן עמוד פונעם בעל תפילה."
"דערווייל האט מען געלייגט דעם שטיין אין א סטארעדזש (מחסן) נעבן דעם בית המדרש. עס זענען דורכגעגאנגען יארן און מען האט טאקע אנגעהויבן מאכן רענאוואציעס; מען האט געברענגט א דעזיינער, אן ארכיטעקט, און אלע מבינים. מען האט אינגאנצן איבערגעמאכט דעם בית המדרש, אבער דער שטיין האט זיך עפעס נישט אריינגעפאסט מיט'ן נייעם אויסקוק, און עס איז געבליבן ליגן דארט אין סטארעדזש."
דא ענדיגט זיך די מעשה וואס דער פעטער האט אים דאן דערציילט. יעצט פארציילט מיין שוואגער חיים ווייטער איבער זיין שמועס מיט'ן חבר דעם פרייטאג אינדערפרי:
דער זעלבער חבר רופט מיר אן און זאגט מיר אז זיין פעטער איז שוין נפטר געווארן מיט עטליכע יאר צוריק. און היינט האט ער באקומען א קאל פונעם בית המדרש אין כפר סבא, אז מען מוז שוין אויסליידיגן דעם סטארעדזש און ער מוז קומען אפנעמען דעם שטיין ביז צוועלף אזייגער מיטאג, אויב נישט, גייען זיי עס פשוט ארויסווארפן. "זאג מיר" האט ער זיך שואל עצה געווען מיט מיר, "וואס זאל איך טון מיט דעם שטיין? מיין פעטער ע"ה האט זיך אזוי פיל מטריח געווען דאס צו ראטעווען, און איך האלט אז מען דארף עס לייגן אין א מכובד'יגע פלאץ."
איך האב געטראכט א מינוט, און איך בין אויפגעקומען מיט אן איינפאל: "בעט דעם גבאי ער זאל קוקן אויף די זייטן אדער אויפן רוקן פונעם שטיין, אפשר שטייט דארט ווער עס האט עס מנדב געווען."
ער האט אזוי געטון און איז צוריקגעקומען צו מיר מיט די אינפארמאציע: "די נאמען וואס איז אויסגעקריצט אויף די אנדערע זייט פונעם מארמאר-שטיין איז 'צמח'."
"צמח?!" האב איך אויסגעשריגן געפלעפט. "און וואס איז די לעצטע נאמען?" - "הירשלער!"
"דו ווייסט ווער דאס איז?" האב איך אריינגעשריגן אין טעלעפאן, "דאס איז דאך מיין טאטע! זאג מיר שנעל, לעילוי נשמת וועמען האט ער מנדב געווען דעם שטיין?"
ער האט אנגעהויבן פארלייענען די נעמען פון מיינע מומעס, מיין טאטנ'ס שוועסטער וואס זענען נפטר געווארן יונגערהייט, האבנדיג מעגליך אומגעקומען ביים קריג. איך בין געווען ווערטערלאז פון די אנטדעקונג. איך האב אפילו נישט געוואוסט אז מיין טאטע האט אמאל מנדב געווען אזא שטיין, און וואס עס איז געווען נאך מער וואונדערליך איז, אז פונקט ווען מען האט שוין געהאלטן ביים ארויסווארפן דעם שטיין, האט דער חבר באשלאסן צו קאלן פונקט מיך פון צווישן אלע זיינע באקאנטע, און אזוי זאל איך געוואויר ווערן אז דאס איז א שטיין וואס מיין טאטע ז"ל האט מנדב געווען!
פארשטייט זיך אז איך האב גלייך געטון וואס מען דארף, און איך האב באצאלט אז מען זאל ברענגען דעם שטיין צו מיר אהיים.
דאס איז די מעשה וואס איך האב געהערט פון חיים שבת ביינאכט. דער שטיין געפינט זיך נאך ביי אים אינדערהיים, און אויב איר קענט א בית המדרש וואס דארף א מארמאר-שטיין וואס איז פאסיג צו לייגן העכער'ן עמוד, וועט ער עס גערן מנדב זיין און עס ברענגען צו זיין ריכטיגע ארט, צו באשיינען א מקדש מעט.