ח.ג. פון מאנסי דערציילט:
מיין חבר האט מיר געבעטן הילף אין א נושא וואס איך קען זיך אויס דערין. ס'איז נישט געווען אזא סארט זאך אויף וואס עס קומט צו באשטימען א פרייז, נאר מער א טובה – א טובה וואס פארלאנגט כח, טאלאנט און געוויסע מעגליכקייטן וואס איך פארמאג מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. "איך האב גערעדט מיט נאך איינעם דערוועגן," האט מיר מיין חבר געזאגט. "איך מיין אז ביידע אינאיינעם וועלן אנקומען צו געוואונטשענע רעזולטאטן. איך וועל ענק באצאלן צוויי הונדערט דאלער - הונדערט פאר דיר און הונדערט פאר אים."
איך האב זיך פארבינדן מיט דעם צווייטן מענטש, געפרעגט וואו ער האלט מיטן ענין, און פון זיין ענטפער האב איך פארשטאנען אז ער איז נישט ערנסט דערין. איך האב זיך אליין גענומען צו די ארבעט, אינוועסטירט קאפ און מח, צייט און מחשבה, מסדר געווען אלע קנייטשן, און צום סוף האב איך אליין פארענדיגט די ארבעט און טאקע אויפ'ן בעסטן און שענסטן אופן. איך האב געפילט אז איך האב געמאכט א גוטע, אינוועסטירטע ארבעט, און איך האב אלעס געטון אן דעם וואס יענער זאל דא בכלל עפעס צולייגן א האנט, ממילא קומט מיר די גאנצע צוויי הונדערט דאלער.
מיין חבר האט אבער אנדערש אנגעקוקט דאס בילד. ער האט עס מיר אפן געזאגט און אויך געטון למעשה. ער האט מיר נאר געגעבן העלפט: הונדערט דאלער.
איך וואלט געקענט זיך פאר'עקשנ'ען אויף נאך הונדערט דאלער, און עס קען זיין ער וואלט עס מיר צום סוף טאקע געגעבן, אבער איך האב פארשטאנען אז קיין גוטס וועט נישט ארויסקומען דערפון. רעדן איבער דעם וואס יענער האט נישט געטון קען דא אנברענגען אסאך מחלוקת און פראבלעמען.
וואס מער איך האב אריינגעטראכט, אלץ מער בין איך געקומען צום מסקנא אז די זאך איז נישט אזוי פשוט. שלום איז ווערד פיל מער ווי הונדערט דאלער, און אפילו מער ווי צוויי הונדערט, און איך האב באשלאסן מוותר צו זיין. איך האב זיך איינגע'חזר'ט איינע פון די באקאנטע און אמת'ע כללים: פון מוותר זיין דערלייגט מען נישט.
א פאר מינוט נאכדעם וואס איך האב באקומען דאס געלט, און געהאלטן מיין מויל פארמאכט, בין איך געגאנגען אין גאס, און פלוצלינג זע איך ממש פאר מיינע אויגן, אפאר פוס אוועק, אן ענוועלאפ. די ענוועלאפ איז געווען אפן, און צוויי גרינע הונדערטערס האבן זיך ארויסגעשטעקט. איך האב איבערגעדרייט די ענוועלאפ און געפינען א טעלעפאן נומער. איך האב אנגערופן דעם נומער, און א איד האט אויפגעהויבן. "איך האב געפונען אן ענוועלאפ מיט דיין נאמען, עס האט אין זיך צוויי הונדערט דאלער," האב איך אים געמאלדן.
"ברוך השם!" האט ער זיך געפריידט, "וואו ביסטו?"
הערנדיג מיין ענטפער, האט ער געטראכט הויך צו זיך "דארט?! וויאזוי קום איך אן אהין?! עס איז מיר א גאנצע שלעפ צו אנקומען צו דיר, און 'טיים איז מאני' - צייט איז אויך ווערד געלט. זאג נאר," האט ער מיר געפרעגט "ביסטו א כולל יונגערמאן?"
"יא, ברוך השם" האב איך אים געענטפערט.
"אויסגעצייכנט, דאן ביסטו דער ריכטיגער אדרעס. נעם די געלט, און נוץ עס געזונטערהייט. כל טוב."
ער האט מיר געגעבן דאס געפינענע געלט במתנה גמורה, און איך בין געווען ערשטוינט צו זען וויאזוי דער אייבערשטער פירט די וועלט. נישט נאר האב איך נישט דערלייגט, נאר איך האב נאך פארדינט אן עקסטערע הונדערט דאלער. איך האב מוותר געווען אויף הונדערט דאלער, און צוריק באקומען דאפעלט.