צו די חשוב'ע רעדאקציע פון דעם גליון "השגחה פרטית", שלום וברכה.
קודם כל וויל איך אויסדרוקן מיין דאנק פאר די חיזוק ווערטער וואס איר ברענגט אריין אין די וועלט ווי א טל חיים. די וועלט מיטן מערכת פון "השגחה פרטית" זעט אויס אינגאנצן אנדערש ווי די וועלט האט אויסגעזען אנדעם. מיין גאנצער טאג פארט אנדערש א דאנק די דיבורי אמונה וואס איך האב די זכיה צו הערן פון אייך. זאלט איר זיין געבענטשט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
אלס איינער וואס לייענט די קונטרסים מיט דארשט, האב איך באמערקט א טעות וואס איז אריינגעפאלן אין גליון נומער 207 (פרשת נצבים-וילך).
דארט איז געשטאנען די מעשה פון ר' חיים יעקב פון ביתר שליט"א. אין אנהייב פון זיין מעשה האט ער דערציילט א סיפור וואס ער האט געהערט אויף דער רבי ר' בונים פון פשיסחא זי"ע, און ס'איז דארט געשטאנען אז מען רופט אים דער "יהודי הקדוש".
הקדוש". איך האב געוואלט אנמערקן אז דאס זענען צוויי באזונדערע גרויסע צדיקים, א רבי מיט א תלמיד, וואס ווי עס קוקט אויס זענען זיי בטעות געווארן אויסגעמישט.
דער "יהודי הקדוש" איז געווען הרה"ק רבי יעקב יצחק ראבינאוויטש זי"ע, א תלמיד פונעם "חוזה" פון לובלין, וואס האט אויפגעשטעלט זיין הויף אין פשיסחא, און ער איז געווען דער רבי פונעם הייליגן קאצקער רב זי"ע.
נאך זיין פטירה י"ט תשרי תקע"ד, האט זיין תלמיד - הרה"ק רבי שמחה בונים פון פשיסחא זי"ע - ווייטער געפירט זיין דרך, און רוב תלמידים פונעם יהודי הקדוש זענען געגאנגען צו אים. רבי בונים האט געפירט די עדה פאר דרייצן יאר, ביז צו זיין פטירה י"ב אלול תקפ"ז.
ביקרא דאורייתא ובברכה,
יצחק מאיר גוטמאן, אשדוד