רבי חנה האלבערשטאם פון קולשיץ זצ"ל האט זיך אמאל געטראפן מיט די גאון ר' מאיר אריק פון טארנא. אינמיטן שמועס זאגט ר' חנה פון זיין זיידע די הייליגע שינאווע רב 'די מצוה פון סוכה איז אזוי גרויס, גרעסער פון אלע מצוות, ווייל דאס איז די איינציגסטע מצוה וואס מען גייט אריין אינגאצן, מיט די גאנצע גוף אפילו מיט די שיך אינעווייניג'.
זאגט ר' מאיר 'אבער עס איז דאך דא די מצוה פון עולה רגל זיין דריי מאהל א יאר, וואס דאן גייט אריין אויך די גאנצע מענטש אין די בית המקדש?
ענטפערט ר' חנה מיט א שמייכל, "עס איז נישט גלייך, ווייל מיין זיידע האט געזאגט 'אפילו מיט די שיך' ממילא איז סוכה גרעסער פון גיין צו בית המקדש, ווייל דארט האט מען נישט געמעגט גיין מיט שיך."