Skip to content
הילולא דצדקיא

עס איז איינגעפירט און חשוב ביי יודען צו צאלען אסאך געלט פאר די ד' מינים

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מיר ווערט געברענגט א שיינע טעם דערצו: יום כיפור קומט די שטן זאגען אז די יודען טוען עבירות, טוהט מען איהם ענטפערן אז די יודען טוען עס בטעות ווייל זיי ווייסען נישט וואס זיי טוהן און מען רעט זיי נאר איין, טוט דער שטן צוריק זאגן אז מען קען נישט איינרעדן די יודען מיט אזעלכע וויכטיגע זאכען זיי ווייסן זייער גוט וואס זיי טוען. ווען עס קומט די יום טוב סוכות און ער זעהט אז די יודען צאלן אסאך געלט פאר די די מינים וואס זענען נישט מער ווי פשוטע פרוכט און בלעטער זעהט ער אז מען קען יא אויסנארען די יודען, און דאס מאכט שטיל די שטן. (פרדס יוסף)

More in this printout

View the whole printout