אין שטאט קארלין האבן געוואוינט צוויי יודען איינער א גרויסע ארימאן און אן אנדערע א גרויסע עושר, אויסער דעם האבן די צוויי געהאט נאך א גרויסע חילוק, אז דער ארימאן טראץ וואס ער האט גארנישט פארמאגט ער האט קוים געהאט אין שטוב עפעס צו געבן עסן פאר די קינדער, דאך איז ער שטענדיג געווען פרייליך און צופרידן, ער האט זיך ארום געדרייט גליקליך, עס וואלט זיך בכלל נישט געגלייבט אז זיין שטוב איז ליידיג. פון דער אנדערע זייט דער עושר וואס האט געהאט אלעס אין די וועלט וואס האט זיך איהם געגליסט, א שיינע הויז, די בעסטע עסן, פיינע קינדער, דאך איז ער שטענדיג ארום געגאנגן צובראכן און טרויעריג, ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין שמייכל אויף זיין פנים, און וויפיל ער האט נאר געהאט האט איהם נישט געמאכט צופרידן.
עס קומט די יום טוב סוכות און דער ארימאן האט דאך נישט קיין געלט צו קויפן ברעטער צו בויען א סוכה, דערפאר א יעדעס יאר פאר סוכות פלעגט ער ארום גיין צווישן די שטובער און זיך בעטן אז מען זאל איהם געבן א ברעט פאר זיין סוכה, ווי נאך ארום גיין צו עטליכע שטובער האבן איהם גוטע יודען געגעבן ברעטער וואס אזוי האט ער געקענט בויען זיין סוכה.
עס קומט די יום סוכות אליינס וואס די יום טוב איז דאך 'זמן שמחתינו' איז דער ארימאן אויסער זיין פרייליכקייט פון די גאנצע יאר, איז ער דאך אין יום טוב סוכות געווען אסאך מער גליקליך אז ער האט זוכה געווען צו בויען א סוכה און ער קען מקיים זיין די מצוה פון עסן אין די סוכה און זיין א טייל פון דעם יודישן פאלק.
צוריק גייענדיג צום רייכער יוד, וואס נישט גענוג אז ער איז שטענדיג ארום געגאנגן טרויעריג, האט ער נישט געקענט פארגינען דעם ארימאן אז ער איז שטענדיג פרייליך און צופרידן. דער עושר וואס האט נישט געקענט אויסהאלטן די צופרידנקייט פון ארימאן האט ער באשלאסן צו אוועק נעמען די פרייד פון דעם ארימאן, וואס האט ער געטוהן? אזוי ווי די מערסטע איינוואוינער פון שטאט האבן געארבעט פאר'ן עושר ווי ער האט זיי געגעבן פרנסה, האט ער עושר זיי אנגעזאגט אז קומעדיגע יאר סוכות, טאר קיינער איהם נישט געבן קיין ברעטער צו בויען א סוכה, און ווער עס וועט איהם יא געבן, וועט פארלירן זיין פרנסה. עס קומט פאר סוכות, דער ארימאן גייט ארום די שטובער צו בעטן פאר ברעטער, אבער וויפיל מען האט איהם געוואלט העלפן, האט דאך קיינעם נישט געוואלט פארלירן זיין פרנסה האבן זיי געמוזט פאלגן דעם רייכער יוד און קיינער האט איהם נישט געגעבן קיין ברעטע פאר די סוכה.
עס איז שוין ערב סוכות און דער ארימאן האט נאך נישט קיין סוכה, וואס האט ער געטוהן? ער איז צוגעגאנגן צו שטאטישע בית הקברות ווי ער האט געזען צוגעגרייט עטליכע העלצער וואס זענען געווען צוגעגרייט פאר מצבות, ווי פון אויבן שטייט 'פה נטמן' (דא ליגט באהאלטן) און עס שטייט גרייט אז ווען איינער גייט אוועק פון די וועלט פילט מען אויס די נאמען פון מיט פארשידענע זאכן.
דער ארימאן טראכט אז ער וועט נעמען די העלצר פאר זיין סוכה, און נאך סוכות וועט ער עס צוריק לייגן אין בית הקברות, אזוי בויט זיך דער ארימאן זיין סוכה, ווי ארום די סוכה זעהט מען פון אלע זייט די ווערטער 'פה נטמן'.
עס קומט סוכות ווי דער עושר זעהט אז דער ארימאן האט מצליח געווען זיך צו בויען א סוכה און ער גייט ארום פרייליך און צפרידן, ער גייט צו צום ארימאן און פרעגט ווי אזוי האסטו געבויעט א סוכה? זאגט דער יוד 'איך וועל אייך פארציילן וואס האט פאסירט, אזוי ווי א יעדעס יאר בין איך דעם יאר ארום געגאנגן זיך בעטן ביי יודען מיר צו געבן ברעטער פאר די סוכה, אבער אזוי ווי איהר האט געהייסן האט מיר קיינער נישט געגעבן, אזוי גייענדיג טרעף איך דעם מלאך המות, פרעג איך איהם ווי ער גייט? זאגט ער מיר אז ער קומט אוועק נעמען די נשמה פון דעם רייכער יוד, האב איך איהם געזאגט אז עס פעלט נישט אויס וויל דער יוד איז שוין צען מאל געשטארבן, ער דרייט זיך ארום צובראכן און טרויעריג ממש ווי א טויטע, ממילא פעלט נישט אויס צו אוועק נעמען זיין נשמה ווייל ער איז שוין ממילא א טויטע.
דער מלאך המות האט מסכים צו מיר, ער האט מיר באדאנקט און אלס באלוינונג האט ער מיר געגעבן עטליכע ברעטער צו בויען דערמיט א סוכה.
דער רייכער יוד האט געהערט וואס דער ארימאן האט פארציילט, ער האט גוט פארשטאנן וואס דער ארימאן וויל איהם זאגן, אז מיט זיין טרויעריגקייט איז ער ממש ווי א טויטע. ער האט זיך גענומען וויינען אז ער ווייסט נישט וואס צו טוהן ווי אזוי ער קריכט ארויס פון זיין טרועריגקייט. דער ארימאן האט איהם גענומען צו ר' אהרן קארלינער וואס איהם געגעבן א וועג צו קומען צו די ריכטיגע שמחה ווי אזוי דארף זיין.