איין יאר דער ערשטע טאג סוכות צופרי האט דער יסוד העבודה פון סלונים געזען א יודישן זעלנער פון דעם רוסישן ארמיי (וואס זיי האבן נעבעך געצוואונגענערהייט געמוזט דינען אין רוסישן מיליטער) ווי זיין פנים שיינט גאר שטארק מיט א דערהויבענער הייליגע לעכטיגקייט (וואס נאר זיין צדיקים קענען זעהן אין פארשטיין), דער צדיק האט זיך געוואונדערט ווי קומט צו א פשוטן זעלנער אז זיין פנים זאל אזוי שיינען, האט ער געפרעגט דעם זעלנער אז ער זאל איהם פארציילן איבער די גוטע זאכן וואס ער האט געטוהן?
דעם זעלנער פארציילט אז אין די פלאץ ווי די סאלדאטן פון געפונען זיך, טאר מען בשום אופן נישט ארויס גיין ביינאכט, אויב מען כאפט איינעם ארויס גיין איז עס סכנת נפשות מען קען איהם חלילה שיסען אויפן פלאץ. נישט נאר דאס נאר די גאנצע פלאץ איז ארום גענומען מיט דראדן אז מען זאל נישט קענען ארויס גיין און אויב מען רירט עס בטעות אהן קען מען שטארבן אויפן פלאץ.
עס קומט די ערשטע נאכט סוכות און פאר דעם זעלנער האט אנגעכאפט א חשק אז ער מוז מקיים זיין די מצוה פון עסן א כזית חלה אין א כשרע סוכה, וואס דארט אין די רוסישע מיליטער איז נישט געווען אזא מעגליכקייט, צו טוהן מצוות און זיכער נישט צו עסן אין די סוכה.
וואס האט ער געטוהן? מיט מסירות נפש האט ער זיך פון דארט ארויס געכאפט טראץ די סכנה וואס ער לייגט זיך אריין און בחסדי השם איז איבער געקראכן די שטעכעדיגע דראטן ווי ער איז אריין געלאפן אין שטאט צו א יודישן הויז ווי ער האט זוכה געווען צו מקיים זיין די מצוה פון עסן א כזית חלה אין א כשרע סוכה.
הערעדנדיג דאס זאגט דער צדיק, אז עס איז טאקע א חשובע זאך אבער צוליב דעם אליינס וואלט זיין פנים נאכנישט געשיינט מיט א ספעציעלע הייליגע שיין, און דער צדיק בעט איהם אז ער זאל דערציילן וואס נאך ער האט געטוהן.
זאגט דער זעלנער, נאך דעם וואס דער אייבישטער האט איהם געהאלפן אז ער האט זוכה געווען צו מקיים זיין די מצוה פון סוכה סוכות ביינאכט, האט ער זיך אזוי שטארק געפרייט אז ער האט זיך ארויס געלאזט אין א טאנץ אז ער האט זוכה געווען צו טוהן די מצוה.
פירט אויס דעם צדיק ייא, צוליב די שמחה פון די מצוה צוליב דעם שיינט דיין פנים מיט אזא הייליגע שיין'.