כבוד התורה
איין יאר שמחת תורה נאך די הקפות ביי דער גאון ר' יהושע לייב דיסקין דער בריסקער רב האט ער באפוילן אז מען זאל נאכאמאל איבער מאכן די הקפות. די עולם האט נישט פארשטאנן פארוואס האט ער געהייסן איבער מאכן די גאנצע זאך א צווייטע מאל. שפעטער האט ער געזאגט פאר זיין זוהן, אז דארט אין בית המדרש האט זיך געפונען א תלמיד חכם וואס האט נישט באקומען א ספר תורה ביי די הקפות לויט ווי עס פאסט זיך פאר זיין כבוד, וואס דאן האט דער בריסקער רב געהאלטן אז מען האט פארשמעט די כבוד התורה, דערפאר האט ער געוואלט דאס פארעכטן וואס דער תלמיד חכם זאל נישט כאפן אז מען מיינט איהם, ווייל דאס וואלט איהם שטארק פארשעמט, דערפאר האט ער געהייסן איבער מאכן די גאנצע הקפות וואס אזוי וועט מען קענען געהעריג מכבד זיין די תלמיד חכם לויט ווי עס קומט זיך איהם אויף א שיינע וועג.