Skip to content
הילולא דצדקיא

האלב עולם הבא אדער לאנג לעבן

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער צדיק ר' ארי' לייבוש פון טארינגארד (טאטע פון דער דברי חיים פון צאנז) איז אמאל סוכות געווען אין שטאט בראד, ווען די ערשטע נאכט סוכות האט געבלאזן זייער א שטארקע ווינט אז עס איז ממש געווען אוממעגליך צו שלאפן אין די סוכה. ר' ארי' לייבוש האט איבער בשום אופן נישט געוואלט אויפגעבען אויף די מצוה פון שלאפן אין די סוכה, אבער דאך האט ער נישט געוואלט שלאפן אליינס, האט ער געבעטן עפעס א פשוטע יוד א שניידער אז ער זאל שלאפן מיט איהם אין די סוכה. אינמיטן נאכט ווען די ווינטן זענען געווארן גאר שטארק און עס האט זיך אראפ געלאזט א שטארקע רעגן, האט די שניידער געוואלט ארויס גיין פון סוכה, האט ר' ארי' לייבוש זיך געבעטן ביי איהם און צוגעזאגט אז אויב ער בלייט דארט געבט ער איהם אוועק האלב פון זיין עולם הבא, און דער שניידער האט צו דעם מסכים געווען און דערפאר געבליבן מיט איהם אין די סוכה.

עס זענען אריבער עטליכע יאר און דער שניידער איז געווארן שטארק קראנק אז ער האט אויסגעזען אז ער גייט שוין שטארבן חלילה וחס. מיט אמאל זעהט ער ווי ר' ארי' לייבוש קומט צו איהם און דערמאנט די מעשה ווי ער זאגט איהם צו אז ער באקומט האלב פון זיין עולם הבא, צום ערשט האט דער שניידער בכלל נישט געדענקט די מעשה אבער נאך אביסל צייט האט ער זיך דערמאנט. זאגט איהם ר' לייבוש אז יעצט איז געקומען די צייט וואס ער זאל דאס באקומען, דערפאר גייט ער יעצט אוועק גיין פון די וועלט ווי ער וועט ארויף קומען אין זיין לעבן איהם אין גן עדן.

זאגט ווייטער ר' ארי' לייבוש אז אויב ער וויל אויפגעבען אויף די מתנה פון זיין מיט איהם אין גן עדן, וועט ער געזונט ווערן און נאך לעבן אסאך יארן געזונטערהייט, און ער קען זיך אויסוועלן וואס ער וויל. דער שניידער וואס איז געווען א פשוטע יוד, האט געזאגט אז ער איז מוותר אויף די גן עדן נאר ער וויל ווערן בעסער און נאך לעבן אסאך יארן.

דער שניידער וועקט זיך אויף ווי ער שפירט אז באקומט צוריק די כוחות, ער ווערט בעסער אין בעסער ביז ער איז געווארן אינגאנצן געזונט ברוך השם.

עס גייט אריבער א שטיק צייט און דער שניידער טראכט איבער די גאנצע מעשה און ער האט חרטה פארוואס ער האט געטוהן אזא נארישקייט פון אויפגעבן צו זיין לעבן דער צדיק אין גן עדן.

דער שניידער האט געהערט אר ר' ארי' לייבוש האט א זוהן א צדיק דער דברי חיים פון צאנז איז ער געפארן צו איהם און פארציילט די גאנצע מעשה און ער האט חרטה. דער צאנזער רב הערט די מעשה ווען א שמייכל באווייזט זיך אויף זיין פנים. עס

More in this printout

View the whole printout