איין יאר שמחת תורה בשעת דער צדיק ר' צבי אלימלך פון בלאזוב (בן ר' דוד מדינוב בן ר' צבי אלימלך דער בני יששכר) איז געווען פארטיפט מיט טאנצן און זיך פרייען לכבוד די תורה, האט אויסגעבראכן א פייער אין בית המדרש רח"ל. דער גאנצע עולם איז פון גרויס שרעק ארויס געלאפן פון בית המדרש זיך צו ראטעווען די לעבן, אבער דער רבי וואס האט געהאלטן אינמיטן טאנצן האט גארנישט געשפירט אדער געהערט, ממילא איז ער ווייטער געטאנצן מיט גרויס ברען.
נאך א שטיק צייט ווען מען האט בארואיגט די מצב איז א יעדער צוריק אין שול אריין, ווי מען האט געזען אז דער צדיק שטייט נאך אויף דער זעלבע פלאץ ווי ער איז פריער געווען אהן צו וויסען אז עפעס שרעקעדיג האט דא פאסירט.