הרב הקדוש ר' זאב נחום בורנשטיין זי"ע פון ביאלא דער טאטע פון דער באקאנטע גאון דער אבני נזר זי"ע האט זיך געפירט א יעדעס יאר מוצאי כיפור נאך הבדלה, צוגיין צום אתרוג סוחר ווי ער האט בכלל נישט געקוקט וואס ער נעמט, נאר איז צוגעגאנגן צום פושקע פון אתרוגים ער לייגט אריין זיין האנט, ער נעמט ארויס א אתרוג אהן צו קוקען וואס קומט ארויס, ער גייט אהיים לייגט עס אוועק.
יום טוב סוכות צופרי נעמט ער ארויס זיין אתרוג ווי צו אלעמענ'ס וואונדער שטעלט זיך אויס צו זיין די שענסטע אתרוג אין שטאט, אינגאנצן ריין פון א יעדער פלעק, שיין גלייך געוואקסן, מיט אלע מעלות וואס קען נאר זיין. עס איז געווען נאך שענער ווי דער אתרוג פון דער עושר פון שטאט וואס האט געצאלט גאר אסאך געלט פאר זיין אתרוג.
אזוי האט ער זיך געפירט יאר נאך יאר ווי אלעמאל שטעלט זיך ארויס די זעלבע זאך אז ער האט גאר א שיינע אתרוג אהן צו קוקען בכלל וואס ער נעמט. אין זיינע לעצטערע יארן האט ער אבער געטוישט זיין מנהג נאר ער האט זיך אויסגעוועלט א שיינע אתרוג פונקט ווי א יעדער איינער.
איינער פון זיינע אייניקלעך האבן געפרעגט דעם זיידע פארוואס ער האט געטוישט פון זיין מנהג אז ער זוכט זיך יא א שיינעם אתרוג? נאכמער וויל ער וויסען פארוואס ביז יעצט האט ער נישט געקוקט וואס ער נעמט, אפשר וועט ער באקומען א פסולע אתרוג?
זאגט דער זיידע אזוי 'דער באשעפער האט באשאפען א מענטש הייליג און ריין, באמת וואלט געדארפט זיין אז א מענשט זאל בכלל נישט קענען טוהן שלעכט'ס, ווען עס קומט פאר איינער צו טוהן א נישט גוטע זאך און א גוטע זאך, וואלטן זיינע הענט פון זיך אליינס געדארפט נעמען די גוטע זאך, ווייל א מענטש איז דאך באשאפן הייליג און ריין, נאר וואס דען, צוליב דעם וואס א מענשט טוט עבירות דערפאר ציהט דאס די מענטש צו טוהן ליידער אויך נישט גוטע זאכן.
אנדערש איז מוצאי יום כיפור ווען מיר אלע יודען זענען הייליג און ריין ווייל דער באשעפער האט דאך מוחל געווען די עברות, איז עס א צייט וואס די גוף פון דער מענטש ציהט בכלל נישט צו קיין שלעכט'ס, דערפאר איז עס א גוטע צייט צו אריין לייגן די הענט און ארויס נעמען סיי וועלכע אתרוג ווייל די הענט וועט איהם ממילא נאר ציעהן צו גוט'ס, דערפאר בין איך געווען זיכער אז איך וויל באקומען די שענסטע אתרוג'.
דער צדיק זאגט ווייטער דאס איז אלעס געווען ביז היינט, אבער יעצט אז ער איז שוין אין די עלטערע יארן, וואס ער ווייסט נישט ווען ער גייט אוועק גיין פון די וועלט, ממילא דאס איז וואס דער באשעפער איז מוחל די עבירות איז נישט אינגאנצן, ווייל אויב יא קען ער דאך נישט אוועק גיין פון די וועלט, נאר עס בלייבט איבער אביסל פון די עבירות אז עס זאל זיין א סיבה צו אוועק גיין פון די וועלט. דערפאר ווייל ער איז שוין עלטער, קען זיין אז דאס יאר גייט ער אוועק גיין פון די וועלט, און דער באשעפער האט איבער געלאזט אביסל פון זיינע עבירות, ממילא קען ער מער נישט סתם אריין לייגן זיין האנט אין די פושקע אתרוגים זייענדיג זיכער אז זיין האנט וועט ציעהן נאר צו גוטס, ווייל מיט די ביסל עבירות וואס ער האט אפשר וועט ער ארויס נעמען נישט אזא שיינע אתרוג. נישט נאר דאס אויב וועל איך סתם ארויס נעמען א אתרוג און זעהן אז עס איז נישט אזוי שיין, וועל איך פארשטיין אז דאס יאר וועט ער אוועק גיין פון די וועלט, וועל איך ווערן צובראכן און נישט קענען דינען דעם באשעפער מיט א רואיגקייט, דערפאר האב איך אנגעהויבן צו פירען צו אליינס אויפזוכען א שיינע אתרוג.