מען נאך זאגט א ווארט אין נאמען פון דער בעש"ט הק' אז מען האט איהם אמאל געפרעגט פארוואס פירט מען זיך שמחת תורה צו נעמען א ספר תורה וואס איז פארמאכט ווי מען טאנצט און מען פרייט זיך מיט איהר, עס וואלט געווען מער ריכטיג צו עפענען די ספר תורה און אזוי זיך פרייען מיט איהר אז מען האט זוכה געווען צו לערנן אין איהר?
האט דער בעש"ט געזאגט 'שמחת תורה פרייען מיר זיך נישט נאר אז מיר זענען זוכה צו לערנן די תורה, נאר מיר פרייען זיך אז מיר זענען די יודישע פאלק וואס זענען אין א יעדער צייט באהאפטן צו די תורה, מיר זענען איינס מיט די תורה, מיר ווערן געהייליגט דורך די תורה.'
איין יאר שמחת תורה האט דער צדיק געזען ווי א גאר פשוטע יוד פרייט זיך גאר שטארק און ער האט געטוהן פארשידענע אינטרעסאנטע און מאדנע זאכן בשעתן טאנצן אלעס לכבוד די תורה. זעהנדיג דאס האט דער צדיק געזאגט אז מיר געפונען ווען דוד המלך איז געטאנצן לכבוד די ארון איז ער געטאנצן און געטוהן פארשידענע אינטרעסאנטע זאכן און זיך געלאזט פארשעמען לכבוד די ארון וואס דארטן ליגען די לוחות וואס דאס איז דאך די תורה, ווען די ווייב פון דוד המלך די צדיקת מיכל האט דאס געזען האט זי עס אוועק געמאכט און פארשעמט און אלס א שטראף האט זי נישט זוכה געווען צו קיין קינדער. האט דער צדיק געזאגט פונקט אזוי ווי ווען מען מאכט אוועק די וואס פרייען זיך לכבוד די תורה ווערט מען באשטראפט מיט קינדער, איז דאך זיכער אז די וואס זענען מכבד די תורה זאלען געהאלפן ווערען מיט קינדער, און אזוי ווי דער יוד ווארט שוין זייער לאנג פאר קינדער, וועט ער בזכות דעם וואס ער פרייט זיך לכבוד התורה זוכה זיין צו געבוירן א בן זכר. אזוי איז טאקע געווען אז נאך אין יענעם יאר איז דער יוד געהאלפן געווארן מיט א קינד.