Skip to content
מעשה של פרנסה

א ברכה אויף א פערד...

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אין ספר נפלאים מעשיך ברענגט ער נאך וואס ער האט געהערט פון זיין רבי'ן דער פאיער רב זכרונו לברכה, אז דער הייליגער רבי שמעון יארסלאווער זכותו יגן עלינו פלעגט א גאנץ יאר שפארן געלט כדי ער זאל קענען קויפן פאר זיך א שיינעם מהודר'דיגן אתרוג. יעדן טאג האט ער אוועקגעלייגט עפעס, יעדעס ביסל צייט וואס ער האט געהאט, האט ער אוועקגעלייגט נאך א פרוטה און נאך א פרוטה, ביז עס האט זיך אנגעזאמלט א גרויסער סכום געלט.

איין מאל פאר סוכות איז א איד אריינגעקומען צום הייליגן רבי שמעון און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ מיט גרויס צער; ער איז א בעל עגלה און דאס איז זיין גאנצע פרנסה, אבער יעצט איז זיין פערד פלוצים אפגע'פגר'ט און ער האט נישט קיין געלט צו קויפן א נייע פערד, וואס דאס מיינט אז ער האט פארלוירן זיין גאנצע חיונה.

דער הייליגער רבי שמעון יארסלאווער האט נישט געטראכט קיין צוויי, ער האט גענומען דאס גאנצע געלט וואס ער האט מיט אזוי פיל מיה צוזאמגעקליבן פאר א שיינעם אתרוג, און עס איבערגעגעבן פארן בעל עגלה ער זאל קענען קויפן א נייע פערד און האבן פון וואו צו שפייזן זיין פאמיליע. צוליב דעם האט דער הייליגער רבי שמעון נישט געהאט קיין ברירה און ער האט געמוזט קויפן א פשוט'ן אתרוג פאר גאר ביליג.

ווען סוכות איז אנגעקומען, האט דער הייליגער רבי שמעון יארסלאווער געזאגט מיט א גרויסע שמחה: "די גאנצע וועלט מאכט א ברכה אויף אן אתרוג, אבער איך מאך א ברכה אויף א פערד"!

More in this printout

View the whole printout