אין ספר "נפלאים מעשיך" ווערט געברענגט א מעשה וואס ער האט געהערט פונעם רבי'ן זי"ע, אז דער הייליגער ראצפערטער רב, רבי הירצקאלע זצ"ל, איז לויט זיין נאטור געבוירן געווארן מיט א שטארקע מדה פון קמצנות. ער האט אבער געארבעט אויף זיך מיט כוחות הנפש אינגאנצן צו צעברעכן זיין טבע, ביז ער איז אזוי ווייט צוגעקומען, אז אלעס וואס ער האט נאר פארמאגט האט ער אוועקגעגעבן פאר צדקה פאר אנדערע אידן.
דער רבי זי"ע האט אויך דערציילט, אז אמאל ווען זיין פאטער, דער הייליגער קדושת יום טוב זי"ע פון סיגוט, האט באזוכט אין ראצפערט ביי רבי הירצקאלע'ן, האט ער צוגעזען דאס געוואלדיגע דחקות וואס האט דארט געהערשט; ס'איז אפילו נישט געווען קיין נארמאלע פלאר אין שטוב.
דער קדושת יום טוב האט זיך אויסגעדריקט פאר רבי הירצקאלע אז ס'איז נישט קיין כבוד התורה צו וואוינען אין אזא ארימקייט, און ער האט געהייסן זיין גבאי, רבי אשר ע"ה, ער זאל גלייך באשטעלן ארבעטערס צו מאכן א שיינע פלאר אין שטוב.
ווען די ארבעטערס האבן געענדיגט און זענען געקומען צום קדושת יום טוב נאך די געלט וואס קומט זיך זיי, האט ער זיי געשיקט בעטן באצאלט פון רבי הירצקאלע אליין.
דער קדושת יום טוב האט געוואוסט אז דאס וואס רבי הירצקאלע האט נישט געהאט קיין נארמאלע פלאר איז נישט געווען ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט אדער צוליב קמצנות, נאר פשוט ווייל ער האט נישט געוואלט אויסגעבן קיין פרוטה אויף גשמיות'דיגע באדערפענישן. אבער אזוי ווי ער האט געוואוסט אז רבי הירצקאלע וועט זיין זייער נזהר נישט עובר צו זיין אויפן לאו פון "לא תלין פעולת שכיר", וועט ער זיכער גלייך באצאלן פאר די ארבעטערס. און אזוי איז טאקע געווען; מיט זיין הייליגע חכמה האט דער קדושת יום טוב אויסגעפירט סיי אז ס'זאל זיין א כבוד התורה מיט א שיינע שטוב, און סיי אז די ארבעטערס זאלן באקומען זייער געהאלטן.