Skip to content
מעשה של פרנסה

יהי רצון שיהיה בשבת הבא ובכל שבתות השנה כן

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

יעצט געפינען מיר זיך אין שבת שובה, דער ערשטער שבת פון יאר. כאטש ראש השנה איז אויך געווען שבת, איז עס אבער געווען אויך יום טוב. יעצט איז דער ערשטער שבת וואס מען קען פראווען ווי א געווענליכער שבת, און מיר וועלן פראווען דעם ערשטן שבת פון יאר מיט א ברייטקייט אזוי ווי עס פאסט פאר שבת קודש. זאל דער אייבערשטער העלפן און עס זאל זיין זיין רצון אז די גאנצע יאר, אלע שבתים און אלע וואכן, זאלן זיין מיט א ברייטקייט, מיט פרנסה בריוח ובכבוד. בזכות שבת קודש, ווי חז"ל זאגן: "וכל השומר שבת כהלכתו נותנין לו נחלה בלי מצרים". מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

More in this printout

View the whole printout