Skip to content
מעשה של פרנסה

די תפילות אויף פרנסה זענען נתקבל געווארן

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך זי"ע פון ליזענסק פלעגן עסן ביי אים די סעודות ראש השנה, פופצן אידן בקביעות, און די רעבעצין פלעגט אנגרייטן די צרכי סעודות גענוג לפי חשבון פאר פופצן געסט.

איין יאר האט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע געזען אז עס זענען אנגעקומען אויף ראש השנה, נאך פערציג געסט, וואס האבן אין חשבון צו עסן די סעודות ביי אים, און ער האט געוואוסט אז מען האט נישט אנגעגרייט גענוג פאר נאך פערציג געסט. דעריבער האט דער רבי ר' אלימלך זי"ע אויסגערופן פארן דאווענען: "ביי די סעודות זאלן נאר קומען די וואס עסן בקביעות די סעודה, די אלע פרישע געסט, זאלן ביטע גיין צו אנדערע אידן אין שטאט עסן די סעודות".

נאכן דאווענען ראש השנה ביינאכט, האט מען כנהוג געזאגט די מזמור 'לדוד מזמור' מיט גרויס התעוררות, וואס כידוע איז דאס מסוגל אויף פרנסה. ווי נאר מען האט געענדיגט זאגן דעם מזמור, און מען האט געענדיגט דאווענען, האט דער רבי ר' אלימלך זי"ע אויסגערופן:

"אלע וואס ווילן קומען עסן די סעודות ביי מיר אין שטוב, קענען קומען עסן, היות די מזמור איז מסוגל אויף פרנסה, אזוי מען האט דא געזאגט די מזמור זענען די תפילות נתקבל געווארן לרחמים ולרצון, און עס וועט זיין גענוג פאר אלעמען בעז"ה. אזוי איז טאקע געווען, אלע געסט האבן געגעסן די סעודות ביים רבי'ן ר' אלימלך, און עס איז געווען גענוג פאר יעדעם, אז עס איז אפילו איבערגעבליבן."

More in this printout

View the whole printout