Skip to content
מעשה של פרנסה

די ריכטיגע צייט צו מתפלל זיין פאר פרנסה – עשרת ימי תשובה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

עס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים אז מיט די עבודה פון די עשרת ימי תשובה מאכט מען א נסירה (מען צעשניידט), אין די ספרים הקדושים שטייט גרויסע סודות אויף דעם. הרה"ק רבי פינחס'ל קאריצער זי"ע שרייבט אז די שם הקדוש פון די 'נסירה' איז חת"ך (שניידן), און דאס איז אויך די שם פון 'פרנסה'. דעריבער האט ער געזאגט אז מען זאל מתפלל זיין אין די עשרת ימי תשובה אויף פרנסה.

אויך האט ער אמאל געהייסן, מען זאל זאגן 'פרשת המן' יעדן טאג פון די עשרת ימי תשובה. און ער האט צוגעלייגט: מען זאל מתפלל זיין אויף פרנסה, און אויף אלע געברויכן וואס מען דארף, און מען זאל גלייבן באמונה שלימה אז דער באשעפער וועט זיכער ערפילן די תפילות. עס איז א גרויסע מצוה צו גלייבן אין דעם, ווייל דורך דעם איז מען מעלה די שכינה הקדושה, און אלע פאלשע אמונות ווערן פארפאלן (זיין לשון איז געווען: "פאלן אראפ אלע שפוליע אמונות").

(אמרי פנחס החדש ראש השנה אות תפד)

די קומענדיגע וואך איז ער געגאנגען צום בית המשפט זיך צו שטעלן צום משפט. ער איז געזעסן אין קארט און געווארט אויף זיין רייע, ווען פאר אים זענען געווען נאך אפאר מענטשן. אינמיטן האט דער דזשאדזש געפרעגט דעם מענטש וואס איז פונקט געשטאנען פאר אים: "וואס שמעקט דא פון רויך? רייכערט מען דא אינעווייניג?" יענער האט געענטפערט: "ניין, די פענסטער איז אפן, מסתם קומט עס פון אינדרויסן." לויטין געזעץ איז דאך געווען שטרענג פארבאטן צו רייכערן אין קארט. מ'האט גע'פסק'נט פאר יענעם וואס מ'האט געהאט צו פסק'נען, און נאכדעם איז געקומען נאך א גוי פאר'ן דזשאדזש.

דער קטיגור (דער פראקוראר) האט געהאלטן אלע דאקומענטן פון יעדן איינעם אונטער זיין טיש אין א סעיף. ווען ס'איז געקומען די רייע פון ר' יחיאליס פסק, האט ער געעפנט די טיר פון די סעיף וואו ר' יחיאליס פאפירן זענען געלעגן. ווי נאר ער עפנט די טיר, האט א פייער ארויסגעשאסן פון דארט. דער קטיגור האט א קוק געגעבן און אויסגערופן מיט שאק: "אלעס איז דא פארברענט געווארן! די גאנצע זאך איז אש און פארעך, און יעדער איינער פון דא און ווייטער איז פריי צו גיין, ווייל אלע אייערע דאקומענטן זענען פארניכטעט געווארן." ר' יחיאל איז אהיימגעגאנגען א פרייער מענטש.

שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט וואס דארט איז פארגעקומען: דער קטיגור האט געהאט באהאלטן א ציגארעטל אין די סעיף. ער כאטש לויטין געזעץ טאר מען נישט רייכערן, זענען זיי דאך אליין די גרעסטע פארלעצער. ביי יעדע קעיס וואס ער האט געדארפט ארויסנעמען פאפירן, האט ער געהאט דאס ציגארעטל אין א זייט, און יעדעס מאל וואס ער האט זיך אריינגעבויגן נעמען דאקומענטן, האט ער געגעבן א צי אריין און עס געלייגט אין א זייט. זיין פונקט צו ר' יחיאליס מזל, ווען ער האט צוגעמאכט די טיר נאכ'ן ארויסנעמען די פאפירן פאר'ן מענטש פאר ר' יחיאל, איז דאס ציגארעטל אריינגעקייקלט צווישן די פאפירן. דאס האט אנגעכאפט א פייער און אלעס איז פארברענט געווארן. אזוי ארום איז ער געראטעוועט געווארן.

אזוי ווי ר' יחיאל איז געראטעוועט געווארן פון דעם משפט, האט ער ווייטער געקענט עוסק זיין אין געשעפטן און ער האט ווייטער שיין מצליח געווען און אנגעהאלטן זיין עשירות פאר נאך אסאך גליקליכע יארן, און ווייטער מענג געווען דעם שבת קודש.

שפעטער האט מען געפרעגט ר' יחיאל וואס איז געווען זיין כוונה מיט'ן פראווען יענעם שבת מיט אזא ברייטקייט? האט ער געענטפערט: "די גמרא זאגט דאך אז צוויי מלאכים באגלייטן א איד ווען ער קומט אהיים פרייטאג צונאכטס, א גוטער מלאך און א שלעכטער מלאך. ווען דער גוטער מלאך זעט אז דאס הויז איז שיין צוגעגרייט לכבוד שבת מיט א ברייטקייט, זאגט ער: ייהי רצון שיהא לשבת הבאה כן' (עס זאל זיין דער ווילן פון באשעפער אז אויך קומענדיגע וואך זאל עס אזוי זיין). דעריבער האב איך געוואלט אז אלעס זאל זיין אנגעגרייט ביי מיר מיט א שיינעם טיש, כדי דער גוטער מלאך זאל זאגן דעם ייהי רצון שיהיה לשבת הבא כן'. און דער אייבערשטער האט טאקע געהאלפן אז אזוי איז טאקע געווען, און איך האב געקענט פראווען דעם קומענדיגן שבת אויך מיט א ברייטקייט, זייענדיג באפרייט פון תפיסה און פון די שווערע געלט שטראפן." מיט אזא שטארקע אמונה האט ער געלעבט, וויסנדיג אז בזכות דעם הייליגן שבת וועט דער אייבערשטער העלפן אז אלעס וועט זיך אויסשטעלן צום גוטן.

More in this printout

View the whole printout