דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, האט געהערט אז אין די מערב לענדער איז מען זייער מהדר אין די מצוה פון הכנסת אורחים, און זיי לעכטצן צו מקיים זיין די מצוה. ער האט באשלאסן אהינצופארן אליין זען וואס דארט טוט זיך באמת.
דער בעל שם טוב איז געפארן מיט זיינע תלמידים פון מעזשיבוזש צו יענע פלעצער אויף יום טוב סוכות. ערב סוכות איז ער אנגעקומען צו א דארף נישט ווייט פון די שטאט. אין דעם דארף האט געוואוינט א איד וואס האט געהאנדלט מיט נאפט און אויל. ווען דער נאפט-הענדלער האט דערזען די קארעטע פונעם בעל שם טוב, איז ער גלייך ארויסגעלאפן אנטקעגן אים און געבעטן: "הייליגער רבי, ביטע קומט אריין צו מיר אינדערהיים אויף סוכות. איך האב שוין אנגעגרייט אלעס גוטס – פלייש, פיש און וויין – לכבוד דעם הייליגן יום טוב."
דער בעל שם טוב האט אים געענטפערט: "איך פלאן צו פארן אין שטאט אריין פראווען דעם יום טוב, ווייל דארט איז דא א מקוה, א שול, און אן אתרוג." האט דער איד אים געזאגט: "ביי מיר אינדערהיים איז אויך דא א מקוה, אן אתרוג, און א פלאץ צו דאווענען. אבער אויב דער רבי וויל דוקא דאווענען אין די שול אין שטאט, וועל איך מיטגיין מיט'ן רבי'ן, ווייל די שטאט איז בלויז א האלבע תחום שבת פון מיין הויז." דער בעש"ט האט אים אויסגעהערט און איז טאקע אריין צו אים אינדערהיים מיט די תלמידים, איינצושטיין אויף יום טוב.
יום טוב ביינאכט האט דער גאסט געפירט דעם בעל שם טוב מיט זיינע באגלייטער אין א הערליכע און חשוב'ע סוכה. ער האט אנגעגרייט דעם טיש ממש ווי ביי אן עושר און אויפגענומען די געסט מיט גרויס פרייד. אינדערפרי האט דער בעל שם טוב געזאגט אז ער וויל גיין אין שטאט דאווענען. ער איז געגאנגען מיט זיינע חסידים אין שול און דארט געדאווענט. נאכ'ן דאווענען האט די גאנצע קהילה ארומגערינגלט דעם בעל שם טוב, און יעדער האט געוואלט האבן די זכיה אז ער זאל קומען צו זיי אהיים עסן די יום טוב סעודה.
די שטאטס-לייט האבן נישט געלאזט דעם בעל שם טוב צוריקגיין צו זיין אכסניה אינדרויסן פון שטאט. ער איז געגאנגען צו א גרויסן עושר, און אלע מענטשן זענען געקומען צו זיין טיש. עס איז באקאנט געווארן אז דער בעל שם טוב האט געזוכט צו וויסן די אמת, צי די מענטשן דארט זענען טאקע פלייסיג אין די מצוה פון הכנסת אורחים. דער בעל שם טוב האט דארט אפגעפראוועט דעם גאנצן יום טוב.
נאך יום טוב איז דער בעל שם טוב צוריקגעגאנגען צו זיין ערשטן בעל אכסניה, און דער איד האט געמאכט א גרויסע סעודה און איינגעלאדן אלע חשוב'ע מענטשן פון שטאט. ער איז געווען בשמחה און געגעסן ביים טיש מיט'ן בעל שם טוב. די סעודה איז געווען ממש ווי די סעודה פון שלמה המלך, און זיי האבן זיך זייער געפרייט מיט'ן רבי'ן.
ווען דער בעל שם טוב האט זיך געוואלט ארויסלאזן אין וועג, האט ער געזאגט פאר'ן נאפט-הענדלער: "בעט מיר דיין בקשה וואס דו דארפסט, און איך וועל דיר גיבן מיין ברכה דערויף" דער בעל הבית האט געענטפערט: "איך האב שוין ב"ה א גרויס עשירות, איך וויל זאלסט בעטן דעם אויבערשטן אז איך זאל זיין האבן א גוטע חלק אין עולם הבא, ווייל עולם הזה האב איך שוין." דער בעל שם טוב האט אים געענטפערט: "גוט האסטו געבעטן. אבער צו באקומען עולם הבא דארפסטו קומען צו פארן קיין מעזיבוש, און דארט וועל איך דיך בענטשן דו זאלסט זוכה זיין צו עולם הבא. און איך גיב דיר א גוטע עצה, די וועג איז זייער ווייט פון דא. דעריבער, קויף דא איין עטליכע פעסער מיט גוטע וויין און פארקויף עס דארט, ווייל דארט איז די וויין זייער טייער און דו וועסט מאכן אסאך געלט."
דער בעל שם טוב איז געפארן ווייטער, און דער נאפט-הענדלער האט געטוהן פונקט ווי ער האט אים געהייסן. ער האט געדינגען עטליכע וואגאנען, עס אנגעפילט מיט פילע פעסער מיט גוטע וויין, און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום בעל שם טוב. אינמיטן וועג איז דער הימל געווארן פארוואלקענט, און דער איד איז אריין אין א גאסט-הויז וואס איז געשטאנען אין א פעלד, וואו עס האט געוואוינט אן ארימער איד וואס האט געדינגען דאס ארט פונעם פריץ. ער האט געבעטן אויב ער מעג צו ווארטן דארט ביז דער רעגן גייט אריבער.
ער איז דארט געבליבן איבער נאכט, און אינדערפרי איז ער ארויס קוקן צי די בעלי עגלה מיט די וויין זענען נאך דארט. אבער זיין האפענונג איז געווען אומזיסט, ער האט נישט געוואוסט וואו זיי זענען אהינגעקומען. ער האט געזוכט איבעראל אבער קיינעם נישט געזען. ער האט געוואלט צוריקגיין אין הויז אריין, אבער דאס הויז איז פלוצים נעלם געווארן פון זיינע אויגן און ער האט נישט געוואוסט וואו צו גיין. ער האט ארומגעוואנדערט א גאנצן טאג הונגעריג און דורשטיג, ביז ער האט זיך באהאפטן צו אנדערע וואנדערער (ארחי פרחי) אויפ'ן וועג און איז מיט זיי אנגעקומען קיין מעזשיבוזש, צום בעל שם טוב.
דער בעל שם טוב האט געזאגט פאר זיין משמש: "יעצט זענען אנגעקומען ארימעלייט אין אונזער שטאט. גיי גלייך און זאג זיי אז ביים בעל שם טוב איז אנגעגרייט פאר זיי די סעודת שבת" דער משמש האט געטוהן וואס מען האט אים באפוילן, און געברענגט די געסט צום בעל שם טוב.
פרייטאג צו נאכטס ביים סעודה, האט דער בעל שם טוב געזעצט דעם סוחר נעבן זיך און געזאגט: "דו ביסט אויף מיין רעכטע זייט." אלע חסידים אין שול זענען געווען שאקירט פון דעם ענין. דער בעל שם טוב האט געפרעגט דעם סוחר: "דערקענסטו מיך?" יענער האט געענטפערט: "איך ווייס אזויפיל אז איר זענט דער בעל שם טוב" האט דער בעל שם טוב אים געזאגט: "געדענקסטו ווען איך בין געגאנגען יענעם סוכות און דו האסט מיך געבעטן איך זאל בעטן אז דו זאלסט האבן א חלק אין עולם הבא?"
דער סוחר האט זיך דערמאנט און אויסגערופן: "יא, ס'איז טאקע אמת". האט אים דער בעל שם טוב געזאגט: "מיין נישט אז ס'איז אזוי גרינג צו באקומען א חלק לעולם הבא. קוק אהער, א מענטש וואס וויל זוכה זיין צו א חלק אין עולם הבא דארף עסן ברויט מיט זאלץ, טרינקען וואסער מיט א מאס, און שלאפן אויף דער ערד. אויב ער נעמט דאס אן מיט אהבה, דעמאלטס קען ער אנקומען צו עולם הבא. אין דיין דמיון דאכט זיך דיר אז דו ביסט שוין א לאנגע צייט אויפ'ן וועג, אבער ס'איז באמת נישט אזוי. וועסט נאך זען ווי זונטאג אינדערפרי וועלן אנקומען די וועגענער מיט וויין, און נאכדעם וועסטו פארקויפן דעם וויין פאר א גוטן פרייז און שיין פארדינען דערפון. און די יסורים וואס דו האסט געהאט אויפ'ן וועג, מיט דעם זענען דיר אלע עבירות נמחל געווארן. דו וועסט זוכה זיין צו עולם הבא פונקט ווי איך האב געבעטן פונעם באשעפער".
יענעם שבת איז דער איד געבליבן ביים בעל שם טוב. דער בעל שם טוב האט אים מקרב געווען מיט א מאור פנים, און ער האט דערציילט פאר די חסידים ווי ערליך דער איד און די מענטשן פון זיין שטאט זענען, און וויאזוי זיי פירן אויס די מצוה פון הכנסת אורחים באמת מיט'ן גאנצן הארץ. דער בעל שם טוב האט אויסגעפירט אז הכנסת אורחים איז גרעסער ווי מקבל פנים זיין די שכינה.