Skip to content
מעשה של פרנסה

א זעלנער פון הימל איז געקומען היילן

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א פארפאלק וואס האט שוין געהאלטן עטליכע יאר נאך די חתונה און זיי האבן נאך אלץ געווארט אויף קינדער. זענען זיי געגאנגען זיך מזכיר זיין ביים הייליגן קאזשניצער מגיד זי"ע (זיין יארצייט געפאלט אויס ערב סוכות – י"ד תשרי), און דער מגיד האט זיי אנגעוואונטשן מיט א ברכה, און טאקע נישט לאנג נאכדעם זענען זיי געהאלפן געווארן מיט א קינד. עטליכע יאר זענען דורך, און דאס קינד איז, ל"ע, שטארק נישט געזונט געווארן. זענען די עלטערן נאכאמאל געגאנגען צום קאזשניצער מגיד זיך מזכיר זיין, און דער מגיד האט אנגעוואונטשן א רפואה שלימה. אבער א צייט איז דורך און מ'האט נאכאלץ נישט געזען קיין שום פארבעסערונג אינעם מצב.

איין נאכט, ווען די מאמע איז געזעצן נעבן דעם קינד'ס בעט, האט זי אביסל איינגעדרימלט. פלוצלונג זעט זי אין חלום ווי א זעלנער קומט אריין, האלטנדיג א פלעשל אין זיין לינקע האנט און א לעפעלע אין זיין רעכטע האנט, און ער גיסט אריין א לעפעלע מעדיצין פארן קינד. די מאמע, זעענדיג דאס אין איר חלום, האט זיך דערשראקן און אנגעהויבן שרייען: "וואס טוסטו דארט?" פון איר אייגענעם געשריי האט זי זיך אויפגעכאפט, און זי האט באמערקט א וואונדער: דאס קינד האט אנגעהויבן צו ווערן בעסער און בעסער, ביז ער איז געווארן אינגאנצן געזונט און שטארק. זי איז אבער געבליבן זייער דערשראקן און צומישט, נישט וויסנדיג וואס דער חלום מיינט, צי דאס איז חלילה געווען א שד אדער עפעס אנדערש.

איז זי אריבער צום קאזשניצער מגיד פרעגן דעם פשט פונעם חלום. האט איר דער מגיד דערציילט אז אמאל איז געווען אן ערליכער איד וואס האט ליידער מיט די צייט געגליטשט און געווארן א זעלנער אין די ארמיי. ער האט זיך דארט אויסגעמישט מיט די גוים און געטון זאכן וואס א איד טאר נישט טון. איין טאג איז דער גענעראל געגאנגען מיט זיינע זעלנער אין וואלד, און זיי האבן דארט באגעגנט א איד. דער גענעראל האט אים אפגעשטעלט און געפרעגט: "האסטו געלט ביי דיר?" דער איד האט געציטערט פאר שרעק און געענטפערט אז יא, ער האט ביי זיך 75 רובל. דער גענעראל האט צוגענומען דאס געלט און עס אריינגעלייגט אין טאש, אבער דאן האט ער אנגעהויבן מורא האבן אז דער איד וועט אים מסר'ן. האט ער גענומען דעם איד, אים צוגעבונדן מיט א שטריק און אים אויפגעהאנגען אויף א בוים ער זאל דארט אויסגיין, רחמנא לצלן.

צווישן די זעלנער איז געשטאנען יענער אידישער זעלנער, און פלוצלונג האט זיך אין אים אנגעצונדן דער אידישער פונק; ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי אומשולדיג בלוט ווערט פארגאסן. ער איז מיטגעגאנגען א שטיק וועג מיט די זעלנער, אבער דאן האט ער זיך ארויסגעגליטשט פון די שורה, צוריקגעלאפן צום בוים און אויפגעבונדן דעם איד פונקט פאר'ן שטארבן, און אים אזוי געראטעוועט דאס לעבן.

ער האט דעם איד געזאגט: "איך שפיר זייער שלעכט אז מיין גענעראל האט דיר צוגענומען דיין געלט, דעריבער געב איך דיר צוריק די 75 רובל פון מיין אייגענעם טאש." ער האט אים צוריקגעגעבן דאס געלט און אים געהייסן אנטלויפן שנעל פון דארט, און דער איד איז טאקע אנטלאפן.

דערווייל האט דער גענעראל אנגעהויבן ציילן די זעלנער און באמערקט אז איינער פעלט. האט איינער געזאגט אז ער האט געזען יענעם ארויסגיין פון די שורה. מ'איז אים נאכגעלאפן און אים געכאפט ביי יענעם בוים. ווען די זעלנער האבן פארשטאנען אז ער האט באפרייט דעם איד, האבן זיי אים אלס עונש צוגעבונדן צום בוים און אים דארט איבערגעלאזט הענגען צום טויט.

די זעלנער זענען צוריק צום גענעראל און געזאגט אז זיי האבן אים נישט געפונען. דער איד וואס איז געראטעוועט געווארן, איז שפעטער צוריקגעקומען אהין און געזען דעם זעלנער הענגען טויט. ער האט אים שנעל אראפגענומען און אים געברענגט לקבורה אין שטאט קאזשניץ וואס איז געווען דערנעבן. האט דער מגיד אויסגעפירט: "דער זעלנער איז ארויפגעקומען אין בית דין של מעלה, און מ'האט דן געווען וואס צו טון מיט אים. אין גן עדן האט ער נישט געקענט אריינגיין ווייל ער האט געהאט אסאך עבירות, אבער אין גיהנם האט מען אים אויך נישט געקענט שיקן, ווייל ער האט דאך געראטעוועט א אידיש נפש, און 'כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא'. האט מען דארט געפסק'נט אז זיין תיקון וועט זיין צו היילן אידישע קינדער. מ'האט אים געגעבן א פלעשל מעדיצין מיט א לעפעלע, און ווען א קינד דארף א רפואה ווערט ער געשיקט אלס שליח מן השמים צו היילן. דעריבער," האט דער מגיד געזאגט פאר די מאמע, "וויבאלד איך האב אנגעוואונטשן דיין קינד א רפואה, האט מען געשיקט דעם זעלנער וואס דו האסט געזען אין חלום, און ער האט געהיילט דיין קינד."

דער קאזשניצער מגיד האט מיט דעם אויסגעפירט סיי די רפואה פארן קינד, און סיי די טובה פארן איד וואס האט נישט פארלוירן זיין געלט. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

צדיקים פלעגן זאגן אז א איד וואס דארף א רפואה זאל זאגן "בזכות ישראל בן פערל", דאס איז דער נאמען פונעם הייליגן קאזשניצער מגיד. דער ריבניצער זצ"ל, פלעגט זיך באנוצן מיט די סגולה.

זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!

More in this printout

View the whole printout