Skip to content
הילולא דצדקיא

א קינד בזכות התורה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

איין יאר שמחת תורה האט דער צדיק ווי א גאר פשוטע יוד פרייט זיך גאר שטארק און ער האט געטוהן פארשידענע אינטרעסאנטע און מאדנע זאכן בשעתן טאנצן אלעס לכבוד די תורה. זעהנדיג דאס האט דער צדיק געזאגט אז מיר געפונען ווען דוד המלך איז געטאנצן לכבוד די ארון איז ער געטאנצן און געטוהן פארשידענע אינטרעסאנטע זאכן און זיך געלאזט פארשעמען לכבוד די ארון וואס דארטן ליגען די לוחות וואס דאס איז דאך די תורה, ווען די ווייב פון דוד המלך די צדיקת מיכל האט דאס געזען האט זי עס אוועק געמאכט און פארשעמט און אלס א שטראף האט זי נישט זוכה געווען צו קיין קינדער. האט דער צדיק געזאגט פונקט אזוי ווי ווען מען מאכט אוועק די וואס פרייען זיך לכבוד די תורה ווערט מען באשטראפט מיט קינדער, איז דאך זיכער אז די וואס זענען מכבד די תורה זאלען געהאלפן ווערען מיט קינדער, און אזוי ווי דער יוד ווארט שוין זייער לאנג פאר קינדער, וועט ער בזכות דעם וואס ער פרייט זיך לכבוד התורה זוכה זיין צו געבוירן א בן זכר. אזוי איז טאקע געווען אז נאך אין יענעם יאר איז דער יוד געהאלפן געווארן מיט א קינד.

מען נאך זאגט א ווארט אין נאמען פון דער בעש"ט הק' אז מען האט איהם אמאל געפרעגט פארוואס פירט מען זיך שמחת תורה צו נעמען א ספר תורה וואס איז פארמאכט ווי מען טאנצט און מען פרייט זיך מיט איהר, עס וואלט געווען מער ריכטיג צו עפענען די ספר תורה און אזוי זיך פרייען מיט איהר אז מען האט זוכה געווען צו לערנן אין איהר?

האט דער בעש"ט געזאגט 'שמחת תורה פרייען מיר זיך נישט נאר אז מיר זענען זוכה צו לערנן די תורה, נאר מיר פרייען זיך אז מיר זענען די יודישע פאלק וואס זענען אין א יעדער צייט באהאפטן צו די תורה, מיר זענען איינס מיט די תורה, מיר ווערן געהייליגט דורך די תורה.'

א יעדער קען זיך פרייען מיט תורה

דער בעש"ט האט געהאט א תלמיד דער תולדות יעקב יוסף, וואס איז געווען עלטער פון דער בעש"ט און געלעבט לענגער פון די בעש"ט. דער תולדות איז אוועק א טאג נאך שמחת תורה ווי עס ווערט פארציילט איבער זיין פטירה אן אינטרעסאנטע מעשה.

פאר דער בעש"ט איז אוועק האט ער געזאגט פאר זיין תלמיד דער תולדות יעקב יוסף, אז ער וועט איהם געבן א סימן צו וויסען ווען ער גייט אוועק פון די וועלט.

עס זענען פארהאן פארשידענע נסחאות אין פרטים פון די מעשה, אבער די עיקר מעשה איז די זעלבע.

דער בעש"ט האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד דער 'תולדות', אז ווען עס וועט פאסירן אז איינער וועט איהם באזיגן מיט אן ענטפער אויף זיין שאלה, און ער וועט איהם נישט האבן וואס צו זאגן דערויף איז א סימן אז ער גייט שוין אוועק גיין פון די וועלט. לויט אן אנדערע נוסח האט דער בעש"ט געזאגט 'ווען מען וועט איהם אפזאגן פון זיין רבנות איז א סימן אז ער דארף אוועק גיין פון די וועלט'.

איין יאר שמחת תורה האט דער תולדות באמערקט ווי עפעס א פשוטע יוד (עס איז דא וואס זאגן אז דאס איז גאר געווען די ראש הקהל) וואס האט נישט געקענט צופיל לערנן, און האט זיך נישט צופיל אפגעגעבן מיט תורה, אבער ער האט זיך גאר שטארק געפרייט און געטאנצן לכבוד התורה. דער תולדות איז צוגעגאנגן צו איהם און געפרעגט 'זאג נאר וואס טוסטו זיך אזוי פרייען מיט די תורה, האסטו דען אזויפיל געלערנט?', האט יענער יוד איהם געזאגט 'ווען מיין ברידער מאכט חתונה זיין קינד טוה איך מיך מיט פרייען מיט איהם, כאטש וואס עס איז נישט מיין קינד, טוה איך מיך מיט פרייען מיט יענעמ'ס פרייד. דא אויך כאטש וואס איך לערן נישט, טוה איך מיך מיט פרייען מיט די יודען וואס לערנן יא'. דער תולדות האט הנאה געהאט פון די תשובה און איהם געגעבן רעכט.

גלייך האט ער זיך דערמאנט וואס זיין רבי האט איהם געזאגט אז ווען איינער וועט איהם עפעס ענטפערן און ער וועט נישט האבן וואס צו זאגן, איז א סימן אז עס איז זיין צייט צו אוועק גיין פון די וועלט.

עס איז דא וואס לייגען צו אז ווען דער תולדות האט געזאגט פאר יענער יוד (דער ראש הקהל) אז ער איז גערעכט, האט ער געזאגט פאר דער תולדות 'אויב בין איך טאקע גערעכט זאג איך דיר אפ פון דיין רבנות'. הערענדיג דאס האט ער זיך דערמאנט פון די רייד פון זיין רבי דער בעש"ט אז ווען מען וועט איהם אפזאגן פון זיין רבנות איז א סימן אז ער דארף אוועק גיין פון די וועלט.

דער תולדות איז אהיים געגאנגן, ער האט זיך געזעגנט פון משפחה און זיך צוגעגרייט, און טאקע א טאג שפעטער 'אסרו חג סוכות' אז דער צדיק אוועק פון דער וועלט.

זארגן פאר יודען מער ווי תורה

איין יאר שמחת תורה בשעת דער צדיק ר' שלמה פון זוויעהל (באקאנט אלס ר' שלומקה זוויעהלער) איז געווען רב אין זוויעהל, האט ער געהערט אז היינט דארף די רוסישע מיליטער אריבער גיין די שטאט זוויעהל, וואס אינצווישן זיי זענען אויך דא יודישע סאלדאטן וואס זענען געצווינגען געווען צו דינען אין די רוסישע מיליטער.

ר' שלמה האט דאן צוגערופען א חסיד זיינע ר' יוסף קוזליק ווי ער האט איהם געגעבן א גרויסע זאק אין האנט אריין, און ער האט איהם באפוילן אז ער זאל שוין ארום גיין די יודישע שטובער צו צוזאם נעמען אסאך עסן אז מען זאל עס קענען איבער געבן פאר די יודישע סאלדאטן וואס דארפן באלד דא אריבער גיין.

ר' יוסף האט גענומען די זאק, אבער ער האט צום ערשט געוואלט ארום גיין די בימה איינמאל אזוי ווי די מנהג איז אויף שמחת תורה. ר' שלמה האט איהם אבער נישט געלאזט נאר ער האט איהם צוגעיאגט אז ער זאל ארום גיין נעמען די עסן, זאגנדיג 'די תורה קען זיך פרייען אהן דיר אויך'.

ר' יוסף איז טאקע ארום געגאנגן נעמען עסן און איז צוריק אין בית המדרש מיט א זאק פיל מיט עסן. יעצט האט ר' שלמה איהם גענומען און גענטאנצן לעבעדיג ארום די בימה.

ווי נעמט מען אזעלכע לוסטיגע טעג

איין יאר שמחת תורה ביי דער צדיק ר' שמעלקא פון ניקלושבורג, בשעת די חסידים האבן געטאנצן די הקפות און זיך געפרייט מיט די תורה, האט מען געזען ווי זייער רבי דער ר' ר' שמעלקא קרעכצט, ער האט דאן געזאגט 'צוליב דעם וויל איך נישט שטארבן, ווייל אויף יענער וועלט ווי וועט מען נעמען אזעלכע גייסטיגע טעג ווי די הייליגע טעג, ראש השנה און יום כיפור, אזעלכע הארציגע זיסע טעג ווי פסח שבועות און סוכות, און בעיקר אזעלכע לעבעדיגע און לוסטויג טעג ווי שמחת תורה'.

More in this printout

View the whole printout