דער בעש"ט האט געהאט א תלמיד דער תולדות יעקב יוסף, וואס איז געווען עלטער פון דער בעש"ט און געלעבט לענגער פון די בעש"ט. דער תולדות איז אוועק א טאג נאך שמחת תורה ווי עס ווערט פארציילט איבער זיין פטירה אן אינטרעסאנטע מעשה.
פאר דער בעש"ט איז אוועק האט ער געזאגט פאר זיין תלמיד דער תולדות יעקב יוסף, אז ער וועט איהם געבן א סימן צו וויסען ווען ער גייט אוועק פון די וועלט.
עס זענען פארהאן פארשידענע נסחאות אין פרטים פון די מעשה, אבער די עיקר מעשה איז די זעלבע.
דער בעש"ט האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד דער 'תולדות', אז ווען עס וועט פאסירן אז איינער וועט איהם באזיגן מיט אן ענטפער אויף זיין שאלה, און ער וועט איהם נישט האבן וואס צו זאגן דערויף איז א סימן אז ער גייט שוין אוועק גיין פון די וועלט. לויט אן אנדערע נוסח האט דער בעש"ט געזאגט 'ווען מען וועט איהם אפזאגן פון זיין רבנות איז א סימן אז ער דארף אוועק גיין פון די וועלט'.
איין יאר שמחת תורה האט דער תולדות באמערקט ווי עפעס א פשוטע יוד (עס איז דא וואס זאגן אז דאס איז גאר געווען די ראש הקהל) וואס האט נישט געקענט צופיל לערנן, און האט זיך נישט צופיל אפגעגעבן מיט תורה, אבער ער האט זיך גאר שטארק פרייען און געטאנצן לכבוד התורה. דער תולדות איז צוגעגאנגן צו איהם און געפרעגט זאג נאר וואס טוסטו זיך אזוי פרייען מיט די תורה, האסטו דען אזויפיל געלערנט?, האט יענער יוד איהם געזאגט ווען מיין ברידער מאכט חתונה זיין קינד טוה איך מיך מיט פרייען מיט איהם, כאטש וואס עס איז נישט מיין קינד, טוה איך מיך מיט פרייען מיט יענעמ'ס פרייד. דא אויך כאטש וואס איך לערן נישט, טוה איך מיך מיט פרייען מיט די תורה.