Skip to content
דברות קודש סאטמאר - אידיש

די חשיבות ווען דער ערבה שרייט אויס ה' הוא האלקים

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דוד המלך זאגט אין תהלים (קאפיטל קיט פסוק קל) פתח דבריך יאיר מבין פתיים.

קען זיין אזוי, שטייט אין זוהר הקדוש אז איידער דער אייבערשטער האט באשאפן אדם הראשון, האבן די מלאכים מקטרג געווען און זיי האבן געזאגט עתיד למחטי קמך, דער מענטש האט א יצר הרע און ער וועט זינדיגן, ס'איז נישט כדאי צו באשאפן א מענטש, האט דער אייבערשטער געענטפערט, עד לא בראתי עלמא, נאך איידער איך האב באשאפן די וועלט, בראתי תשובה, האב איך באשאפן דעם כח פון תשובה, לאתקנא במאי דחב, מען קען מתקן זיין אלעס וואס מ'האט זיך פארשולדיגט פאר'ן אייבערשטן. ממילא אויף דעם ארויף האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט.

דער מדרש זאגט (ויק"ר פ"ל סי"ב) די ד' מינים ווייזט אויף פיר כיתות פון אידישע קינדער, די אתרוג האט א טעם און ריח, דאס איז א רמז אויף די וואס האבן תורה און מעשים טובים, די ערבה האט נישט קיין טעם און נישט קיין ריח, דאס איז א רמז אויף די אידן וואס האבן נישט קיין תורה און נישט קיין מעשים טובים, די לולב האט א טעם אבער האט נישט קיין ריח, די הדס האט א ריח און נישט קיין טעם, דאס איז קעגן די וואס האבן תורה און האבן נישט קיין מעשים טובים, אדער זיי האבן מעשים טובים און האבן נישט קיין תורה. קומט אויס אז דער אתרוג איז דער וואס האט תורה און מעשים טובים, און די אנדערע מינים, אדער האט עס גארנישט, אדער פעלט עפעס, ס'איז נישט בשלימות.

מען נעמט דעם לולב און די רעכטע האנט און דעם אתרוג און די לינקע האנט. לכאורה דארף מען פארשטיין, אויב דער אתרוג איז מכוון קעגן דעם שענסטן און דעם בעסטן, פארוואס נעמט מען דעם אתרוג אין די לינקע האנט, מ'וואלט געדארפט מאכן פארקערט, די אתרוג זאל מען נעמען אין די רעכטע האנט, און די לולב מיט די אנדערע מינים וואס

פעלט פון זייער שלימות, דאס זאל מען נעמען אין די לינקע האנט, ווייל די אתרוג דאס איז די משובחת.

נאר דער אמת איז, ס'איז טאקע אזוי אז דער אתרוג איז דער מובחר, דער לולב מיט די אנדערע מינים זענען נישט בשלימות, אבער אזוי ווי ס'איז סוכות וואס איז א זמן פון תשובה, ס'איז גלייך נאך יום כיפור, האבן זיי דאך תשובה געטוהן, איז במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד (ברכות לד:), א בעל תשובה איז העכער ווי א צדיק.

די תורה הייבט זיך אן, בראשית ברא אלקים, ביי די ווארט בראשית איז דא א גרויסער בי"ת, שטייט אין אגרא דכלה אז בי"ת רבת"י איז בגימטריא אתרו"ג לול"ב הד"ס ערב"ה. וואס איז דער מכוון פון דעם רמז, דעם רמז פארשטייט מען זייער פשוט, בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, ווען דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט האט ער זיך באראטן מיט די מלאכים, און די מלאכים האבן מקטרג געווען, זיי האבן געזאגט אז ס'איז נישט כדאי צו באשאפן א מענטש, ווייל ער גייט זינדיגן, און דער אייבערשטער האט געענטפערט אז ס'נוצט תשובה, און מען קען מתקן זיין, אבער ווי ווייט נוצט די תשובה. מען זעהט אבער פון די ד' מינים אז די דריי מינים וואס איז די שוואכערע חלק נעמט מען אין די רעכטע האנט, און די אתרוג נעמט מען אין די לינקע האנט, זעהט מען אז במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד, א בעל תשובה איז אויף א העכערע מדריגה ווי א צדיק גמור, אויב אזוי קען דאך א מענטש אפילו ער האט געזינדיגט מתקן זיין וואס ער האט חוטא געווען, ממילא קומט אויס וועגן דעם האט דער אייבערשטער באשאפן א מענטש, ווייל תשובה איז

א תיקון השלם, נישט ס'בלייבט א פלעק, מיט תשובה קען מען אלעס אפווישן, און מען קומט ארויס נאך שטערקער און נאך בעסער.

באמת אז מען איז זיך מתבונן ליגט דא זייער א טיפע מחשבה, די ד' מינים איז קעגן די ד' אותיות שם הוי"ה, מ'מאכט די נענועים אויף אלע זעקס זייטן צו ווייזן אז לית אתר פנוי מיניה, דער אייבערשטער איז דער באשעפער איבעראל אויף אלע זייטן פון די וועלט. אוודאי איז זייער חשוב, ווען א אתרוג שרייט אויס ה' הוא האלקים, ס'איז אבער אסאך מער חשוב'ער ווען אן ערבה שרייט אויס ה' הוא האלקים, אדער אפילו א לולב אדער א הדס וואס פעלט אין זייער שלימות, דאס איז מער חשוב ביים בורא כל עולמים.

וועגן דעם ווען מ'מאכט די נענועים האלט מען די אתרוג אין די לינקע האנט, און די לולב האלט מען אין די רעכטע האנט, צו ווייזן אז דאס איז חשוב ביים בורא כל עולמים, ווייל דאס איז אסאך א גרעסערע חידוש ווען זיי שרייען אויס ה' הוא האלקים.

דאס געבט א געוואלדיגע חיזוק פאר יעדן איינציגן מענטש, יעדער מענטש האט מינוטן וואס זענען בעסערע און וואס זענען שוואכערע, און אמאל מאכט ער זיך א חשבון, ער איז נכשל געווארן מיט די עבירה אדער די עבירה, און דער יצר הרע קומט און ווארפט אים אריין אין יאוש, דיין לערנען איז שוין נישט ווערט, דיין דאווענען איז גארנישט מיט גארנישט, דו טוסט אן תפילין, דאס איז ח"ו גארנישט, דו עסט מצה איז אויך גארנישט ח"ו, יעדע זאך מאכט ער אוועק, דו ביסט א חוטא און א פושע, און דיינע מצות האבן נישט קיין שום חשיבות אין הימל, און מיט דעם פארקלאפט ער דעם אפעטיט פון א מענטש, פארוואס זאל ער זיך אנפלאגן ווען ס'האט נישט קיין שום חשיבות.

ממילא דער גרויסער צדיק וואס זיצט א גאנצן טאג און פארגעסט נישט פונעם באשעפער א מינוט נישט, ער איז א צדיק גמור, פארשטייט מען זיין תורה זיין עבודה זיינע מצות האט אוודאי א חשיבות אין הימל, אבער פון פשוטע מענטשן וואסערע חשיבות האט דאס. אבער באמת דאס איז דער כח פונעם יצר הרע, דאס איז וואס ער וויל צו פארקלאפן דעם אפעטיט, דו ביסט נישט גארנישט, דיינע מצות זענען גארנישט, דיין לערנען איז גארנישט, אין הימל קוקט מען זיך נישט אום אויף דעם.

אבער פון די ד' מינים קען מען נעמען חיזוק פונקט פארקערט, די אתרוג האלט מען אין די לינקע האנט, און די אנדערע מינים האלט מען אין די רעכטע האנט, ווייל דאס האט א חשיבות, מען זאגט הלל מיט די ד' מינים, און ווען די אנדערע מינים זאגן הודו לה' כי טוב, דאס איז א חשיבות. דער אתרוג ווייסט מען אז ער זאגט הודו לה' כי טוב, אבער ווען די אנדערע מינים זאגן, דאס איז אין די רעכטע האנט, ווייל דאס האט א געוואלדיגע חשיבות.

דאס געבט א געוואלדיגע חיזוק פאר יעדן מענטש צו וויסן, יא אמת! איך זעה אויס ווי אזוי אויך זעה אויס!, כ'וואלט ווען געדארפט בעסער אויסזעהן, אוודאי וואלט איך געדארפט בעסער אויסזעהן, אבער אז איך זעה נאכנישט אויס בעסער, איז דאך הערשט יעדע מינוט וואס איך לערן, יעדע תפלה וואס איך דאווען, יעדע קאפיטל תהלים וואס איך זאג, יעדע בלאט גמרא וואס איך לערן, יעדע מאל וואס איך בין מקיים א מצוה צו א דאורייתא צו א דרבנן, איז דאס זייער חשוב ביים רבונו של עולם.

די תורה הקדושה הייבט זיך אן מיט א גרויסע בי"ת, ווען א איד הייבט אן צו לערנען די תורה, און ער מיינט אז זיין תורה לערנען איז

גארנישט נישט ווערט, האט די תורה אראפגעשטעלט א רמז פון די ד' מינים, וואס די אתרוג איז אין די לינקע האנט, און די אנדערע מינים זענען אין די רעכטע האנט, יא! ווען אן ערבה לערנט איז דאס זייער חשוב ביים רבונו של עולם. און דאס האט די תורה אראפגעשטעלט פאר א יסוד ביי התחלת התורה.

פתח דבריך יאיר, די התחלת התורה טוט לייכטן, דאס טוט אויפלייכטן פאר מענטשן די אויגן, צו וויסן הדרך אשר נלך בה, קיינעם קען מען נישט אוועקמאכן, נישט קיין לולב, נישט קיין הדס, און אפילו נישט קיין ערבה, אלעס איז חשוב ביים רבונו של עולם, מבין פתיים, די וואס האבן חוטא געווען, און ס'דאכט זיך זיי אז זייערע מעשים זענען גארנישט ווערט, פון דא קענען זיי ארויסנעמען א פארשטאנד און חיזוק, יעדער קען זיך מיט דעם מחזק זיין אין תורה און אין עבודת ה'. (שיעור תהלים ד' תרומה תשע"ד)

More in this printout

View the whole printout