Skip to content
דברות קודש סאטמאר - אידיש

אונזער פעסטע אמונה אז די גאולה איז נאר דורך השי"ת אליין

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

די גמרא אין מסכת סוכה, אין פרק לולב הגזול (דף לז:) ברענגט אראפ דאס ענין פון די נענועים וואס מ'מאכט מיט די ד' מינים: רבי יוחנן זאגט 'מוליך ומביא לארבע רוחות'. דער בית יוסף זאגט אין הלכות סוכה (או"ח סימן תרנ"א) אז די ד' מינים איז א רמז אויף די ד' אותיות פון שם הוי"ה, דער מנהג על פי האר"י ז"ל (פרע"ח שער הלולב פ"ג) איז אריינצוטראגן די ד' מינים אין דער סוכה. – סוכה דאס איז א רמז אויף גלות (ילקוט אמור רמז תרנ"ג), מ'גייט ארויס פון א דירת קבע, מ'גייט אריין אין א דירת ארעי, מ'איז אין גלות. ווען מ'טראגט אריין די ד' מינים אין די סוכה, איז דאס א רמז אויף שכינתא בגלותא.

מען נעמט די ד' מינים און מען מאכט די נענועים אויף אלע זייטן מזרח ומערב צפון און דרום, און מ'זאגט פארן הייליגן באשעפער: 'מוליך ומביא'. דער אויבערשטער איז א 'מוליך', ער האט געפירט אידישע קינדער אין גלות, 'ומביא' און דער הייליגער באשעפער וועט אונז צוריק ברענגען, פון מזרח מערב צפון דרום, וואו אידישע קינדער זענען געגאנגען אין גלות אין ארבע כנפות תבל.

דער אויבערשטער איז א 'מוליך' - מפני חטאינו גלינו מארצינו! מיר זענען נישט געגאנגען אין גלות ווייל מיר זענען געווען שוואך און מ'האט נישט געהאט קיין כוחות, נאר דער אויבערשטער איז געווען דער מוליך! אזוי ווי דער מדרש זאגט (ב"ר פמ"ד סי"ח): 'יָדוֹעַ תֵּדַע - ידוע שאני מפזרן, תדע שאני מכנסן'. דער אויבערשטער האט צושפרייט אידישע קינדער אין גלות, און דער אויבערשטער וועט צוזאמען נעמען אידישע קינדער פון מזרח און פון מערב פון צפון און פון דרום, פון אלע זייטן. דערפאר נעמט מען די ד' מינים וואס איז רמז אויף די ד' אותיות שם הוי"ה, השי"ת איז א מוליך, דער אויבערשטער האט אונז געפירט אין גלות, און השי"ת איז א מביא, דער אויבערשטער וועט אונז צוריק נעמען פון גלות.

די גמרא דערציילט (סוכה לח.) אז ווען רב אחא בר יעקב האט געמאכט די נענועים האט ער געזאגט: 'דין גירא בעיני דשטנא'. דאס צו גלייבן און דאס צו זאגן [שהגאולה יהיה רק ע"י הקב"ה] איז א גירא בעיני דשטנא, אין די מעשי שטן וואס האלט אז מ'קען חלילה אליינס טון פעולות צו די גאולה!

דאס וואס מיר נעמען די ד' מינים און מ'מאכט די נענועים אויף ד' רוחות העולם, איז צו זאגן אז מיר גלייבן אז דער אויבערשטער איז דער מוליך און דער אייבערשטער איז דער מביא! דער אויבערשטער האט אונז געפירט אין גלות, און דער איין איינציגער באשעפער וועט אונז אהיימנעמען, נאר אזוי וועט זיין די גאולה! (ס"ג תולדות תשפ"ד)

More in this printout

View the whole printout